מיטוואך פרשת קרח א' דר''ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יצחק יודא גוטמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל, ביים ליינען איז פארגעקומען די חינוך פאר די נייע ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם מאנטאג דורכ'ן מנהל הישיבה הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, דער חתן התורה הב' יוסף צבי בארזעסקי נ"י האט עולה געווען כהן, און דערנאך געמאכט א שהחיינו, רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי, הגבה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיבה, און מען האט געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, גלילה: דער מנהל שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער בשכונת קוועיקער הילל בגלילות קרית יואל, צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט פאר די געגענט, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, און הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב שכונת סמיט גארדענס ור"מ בישיבתינו, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען דעם דיין שליט"א צו גיסן און דערנאך די חשוב'ע רבנים, די ראשי הקהלה און די נדבנים ותושבי השכונה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל בית מדרשינו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים וראשי הקהלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי''ו נדבן הביהמ"ד וחבר וועד השכונות, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון טהרה במקוה, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די נדבנים און פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבת עסק התורה סניף טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט''א, ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ראש חודש, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים לכבוד ראש חודש, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי שנעבאלג שליט"א ר''מ בישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר''ר שלמה לייב שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 2:45. און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמשון שרגא פאגעל הי''ו - ר' יואל בר"פ בראך הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"ב פיש הי''ו - ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי''ו - הר''ר יונתן בלייער שליט''א.
ר' יואל בר"א גאנדל הי''ו - הר"ר יעקב שלום ווייס הי''ו.
ארום 12:45 האט רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️