בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ד תמוז תשפ"ב7/13/2022

באריכט
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ליפא הערשקאוויטש הי''ו.
ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'. און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרב אליעזר לאזרוב הי"ו חב"ד רב פון יוסטאן טעקסאס און רב פונעם ארטיגן שפיטאל וועלכע העלפט אסאך ארויס חולי ישראל פון ניו יארק, און שטייט אסאך בקשר מיט די חברה הצלה פון קר''י, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט אין די פעולות לטובה און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה קליין הי''ו - ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' העניך קרויס הי''ו - ר' אברהם יושע בערקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל ברמ''ל ראטה הי''ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש צו איז געווען פון 8:00 ביז שפעט אים 2:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ די גבאים פון די ישיבות קטנות אין קר''י וואס האבן אנגעפירט די קאמפיין אריינצוברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים ובין הזמנים, אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק', דער רבי האט געגעבן א מתנה פאר אלע גבאים א זמירות ברך משה און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב אליעזר גראד הי''ו - ר' מתתי' אירגאס הי''ו.
ר' יושע בער שווארטץ הי''ו - ר' יואל ברש''י לאקס הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 785