בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"א כסלו תשפ"א12/7/2020

באריכט
קול ה' בכח! קול ה' חוצב להבות אש!
"דבר ה' ברמה" היינט ביים צענטראלן סעודת הודאה כ"א כסלו לרגל די יום הצלה והשחרור פון רבשכבה"ג רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א דורך מ"מ וממשיך דרכו בקודש מרן שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל כ"ק רבינו הגאון הקדוש שליט"א
(אחר שהאריך בדברי תורה לכבוד היום)
צום ערשט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הנס זי"ע און צווישן אנדערע דערמאנט די 'פייערדיגע דרשה' פון רביה"ק זי"ע בשנת תשט"ו און בני ברק ווי די רבי האט געפענט די בעקיטשע און געזאגט איך בין גרייט מען זאל מיר שיסן און איך וועל נישט אויפהערן זאגן דעם דבר ה' ווי רבינו שליט"א האט געזאגט אז שמו הקדוש איז ר"ת "ה' לי ולא אירא"
דערנאך ארומגערעדט איבער די אידישקייט אין אמעריקע וואס די בעל הנס האט אויפגעשטעלט: "..די פעטער ז"ל איז אנגעקומען ווי א מלאך המושיע, אויפגעהויבן די קרן שמירת התורה והמצוות, די קרן הקדושה, 'אז אין אמעריקע איז אויך דא א באשעפער.." דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די ליגיון של מלך וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פון זיינע תלמידים און דערמאנט דעם היסטארישען שבת עמלי תורה פארגאנגענעם שבת תולדות מיט די קרוב צו 1000 עלטערע לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חבורות לימוד התורה ווי "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי", וואס יעדע קהלה האט דאס נאכגעמאכט.

און ארומגערעדט איבער די מלחמת ה' פונעם בעל הנס זי"ע קעגן טומאת הציונות מיט אירע אלע מלבישים "..זרח בחושך אור לישרים, היינט צוטאג איז דא צענדליגע טויזענטער אידן 'הולכים לאורו' 'סאיז א פעסטע שיטה אן פשרות' מפרייט זיך נישט מיט זייער שמחה מיט זייער הצלחה, אונז האבן נישט קיין קשר מיט זיי, נר לרגלינו די ענין פון התבדלות לרשעים, פון זיי און פון זייער געלט, און אונז זעמיר מחזק אלע מוסדות וואס זענען עטה"ק.."

> זעט עקסטערע באריכט איבער די גזירת החינוך <

דערביי האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דברי הדרכה "..היינט צוטאגס ווען מען דערמאנט די כח הגדול און די גרויסע השפעה פון די פעטער ז"ל דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש צו גיימער טאקע און זיינע דרכים!
הנהגה תורה וישרה בין אדם למקום ובין אדם לחבירו
קביעות עיתים לתורה בקביעות חק ולא יעבור
דאווענען זאל זיין כדבעי במתינות "סהייבט זיך אן ביי ברכות און ס'ענדיגט זיך נאך עלינו"
עוסק זיין בצדקה וחסד בגוף ובממון, 'די פעטער ז"ל האט געהייסן עשירים גיין אין ביהמ"ד נאך געלט'
און דערמאנט לטובה צוויי קופות הצדקות קופת הק' שקל הקודש וואס מען פארטיילט יעדע חודש קרוב צו 100,000 דאללער פאר מוסדות עטה"ק "שטיל און אן פראפעגאנדע"
און די קרן מלמדים וואס האט שוין אויסגעטיילט "א מיליאן זעקס הונדערט פערציג טויזענט דאללער"
און דערמאנט די מוסדות הקדושים אין וומ"ס און געזאגט אז לאור המצב האט מען נישט געקענט פראווענען היי יאר "ברוב עם הדרת מלך כראו אזוי ווי עס האט געדארפט צו זיין" זאל יעדער זען אז ס'זאל נישט פעלן פאר די וומ"ס מוסדות
און דערמאנט די ימי המגיפה ווי עס איז אנגעקומען במסי"נ צו מקיים זיין עבודת ה' "אין הימל איז געווען א קורת רוח" השי"ת האט געזאגט "ראו בני חביבי, ווי אזוי זיי זענען זיך מתגבר אויף אלע מניעות בעבודת ה'
מדקדק זיין בעניני קדושה די כלים הטמאים, צניאות במלבישי נשים,
מדקדק זיין בענים כשרות פון די עסן וואס מען ברענגט אריין אין שטוב
ומסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.