בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ב אלול תשפ"ב9/8/2022

באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי אלי' מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי האט געבלאזן שופר, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף די ראצפערט גאס ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פאר די אומגעגענט, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א און נאך רבנים פון די געגענט, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א די רבנים שליט"א און די ראשי הקהלה ונדבנים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, איידער דער רבי האט אהנגעהויבן דעם שיעור האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח והודי' אז דאס לעצטע מאל וואס מען האט געלערנט די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה, איז געווען פאר צוויי יאר צוריק בשעת תקופת הקאראנע ווען מען האט נישט געקענט פארלערנען ברוב עם נאר אויף א פריוואטן אופן בביתו נאוה קודש און בחסדי שמו הגדול קען מען שוין צוריק פארלערנען ברב עם, מען האט געענדיגט ארום 2:45.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.


פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ברוך מרדכי דרעזדנער הי"ו (וומסב''ג)- ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 880