בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ו אלול תשפ"ב9/11/2022

באריכט
שב"ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א (ב''פ) מנהל ישיבה לצעירים.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי אינעם ניי רענאווירטער בנין הילמאן. אריינקומענדיג האט דער רבי זיך אומגעקוקט ביי די אנגייענדיגע בוי רענאוואציעס.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים בוומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

פאר מ'האט אויפגעגעבן די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן סמיכות פון די לא תעשה פון שעטנז ומצוות ציצית, פון דא לערנעט מען ארויס עשה דוחה לא תעשה, די טעם פון עשה דוחה לא תעשה איז ווייל אונסא כמאן דלא עביד אמרינן כמאן דעביד לא אמרינן פארדעם איז א עשה שטערקער, פון דעם דארף מען אראפלערנען פאר עבודת ה' אז תירוצים איז טאקע דא אסאך אבער אויפגעטוהן האט מען למעשה גארנישט, און עקסטער גערעדט פאר די בחורים צו לערנען אויף א ריכטיגע מהלך, פארשטיין א ענין לעומקה של תורה, גרונטליך בעיון, און נישט אויבערפלעכליך.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "לא תלבש שעטנז ופשתים יחדיו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ח ר' צבי עקיבה בריייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בית שמש, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י''ג אלול. קה רבון עלם: הרב נחמן כהנא שליט''א בן האדמו''ר מסארעדנא שליט''א (בני ברק).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט טועם געווען און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס און דעם גאנצן ציבור.
אזוי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל ברח''א בערגער הי''ו.
ר' יואל בר''י ווייס הי''ו.
ר' אלכסנדר מיטטלמאן הי''ו.
ר' שמואל בר''ש בראך הי''ו.
ר' שמחה בונם קאהן הי''ו.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' שמשון אליעזר מערמעלשטיין שליט''א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל חיים שלום יוסף קאהן הי"ו (מאנטריאל), לוי: החתן ב"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו - באווארפן, שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, הוספה: בעל שמחה הרה"ח ר' יואל שלמה טייטלבוים הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לבתו הנולד למז''ט, אחרון: הרה"ח ר' יוסף עסטרייכער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון וואלדמאן הי"ו.

מוסף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו, לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו (קרית יואל), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קרית יואל).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך' און געטייטשט אז, באמת זוכה זיין אז די זדונות זאל ווערן זכויות קען מען נאר דורך תשובה מאהבה, אבער אין א זמן פון כובד הגלות קען מען צוקומען צו דעם אפילו דורך תשובה מיראה, און האט ממשיך געווען בקול בוכים א לענגערע צייט מיט שיינע רמזים לרגל ימים הנוראים הממשמשים ובאים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט''א צוגעשיקט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל זצ''ל מוואלאווע, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:30

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 839