מיטוואך פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג, דער רבי האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די זמני כניסה לקראת הימי הרחמים והרצון.
ביים אנקומען אין בארא פארק איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנש"ק הרה"ח ר' מנשה הלוי הורוויץ הי"ו, ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן דעם פרייטאג נאכמיטאג צו ביהמ"ד ריגליץ אין בארא פארק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הרה"ח ר' זלמן לייב ראזענפעלד ע"ה.
נאכמיטאג ארום 6:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה, און איז גלייכצייטיג פארגעקומען צוזאמען מיט די יערליכע מסיבה לטובת קופת רבינו - אבני חסד, ווי די חשוב'ע נדבנים האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
צווישן די הונדערטער אנ"ש תושבי בארא פארק וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים, האבן זיך אנגעזען, רבני ודייני קהילתינו און צענדליגער רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה. צווישן אנדערע: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסעדערהעלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הרה"ג ר' יוסף מאיער שליט"א ר"י מאור התורה און נאך.
עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועס'ן און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' שמואל יונה שלעזינגער הי"ו, ווי דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות ומאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור, ביז ארום 1:30 ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט לביתו נאוה קודש אין ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️