בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday20 Elul 57829/16/2022

Report
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"א פייערשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו.
ב"ר ישראל מנחם ליכטענשטיין הי''ו.
ב"ר יואל אונגאר הי''ו.
ב"ר דוד זינגער הי''ו.

נאכ'ן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️