בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ו אלול תשפ"ב9/22/2022

באריכט
דאנערשטאג נצבים ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר נח גפן שליט"א שו"ב דקהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם הערש וויינבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם אבא לאזאאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' ליפא קאהן ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

צווישן אנדערע איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
אזוי אויך זענען מיטוואך אריין בקו''פ צווישן אנדערע, הגה''צ אב''ד בעטשוש מאנסי שליט''א, הגה''צ אב''ד סטאניסלאוו מאנסי שליט''א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️