בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday3 Tishrei 57839/28/2022

Report
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' דוד בר''מ עקשטיין הי"ו, נאך מעריב איז דער רבי שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות. מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו''ץ, ודומ''ץ ביהמ"ד דינוב קר''י.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די טייטלען פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר יואל יוסף טייטלבוים הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז כל מיינט אפילו א כל שהו, וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו מען טוהט נאר עפעס השתדלות וועט אריינקומען א גרויסע ברכה און עס וועט נשפע ווערן פרנסה בשפע רב.

ברכהמ"ז: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב, מען האט געענדיגט ארום 12:20.

ונתנה תוקף קדושת היום

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:10 אין ביהמ"ד.

פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א און הרה"ג ר' דוד דוב דאווידוויטש שליט"א (בית שמש), פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב''פ) גלילה: הרה"ח ר' אהרן אברהם גראס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל בר''מ מיטעלמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט 12:30.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' עס איז דא א בת קול וואס איז מעורר לתשובה אבער זוכה זיין דאס צו קענען הערן דארף מען זיין ראוי, אויף דעם איז מיוסד די ערשטע תקועות און אז מען איז זיך מעורר לתשובה כראוי קען מען ביי די צווייטע תקועות זוכה זיין צו הערן דעם קול ה', ראש השנה איז מסוגל צו מתפלל זיין אז די קינדער און אייניקלעך זאלן אויך זוכה זיין צו דעם עס זאל זיין לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, און דערמאנט מען איז מעורר רחמים ראש השנה עס זאל נתבטל ווערן די גזירות רעות אויף די אידישע חינוך, אידן וועלן טוען אלעס אויף דער וועלט צו האלטן דעם ערליכען ריינער חינוך, און מען בעט הפר עצת אויבינו ותטה לב המלכות עלינו לטובה, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
פארן מאכן די ברכה האט דער רבי אנגעטוען א נייע בגד - א זיידענעם שאהל פאר שהחיינו כנהוג. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

הארט פאר די שקיעה, נאכ'ן קידוש מאכן בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ברית ביי בן הנולד אצל הרה''ג ר' שלמה לייב גרובער שליט''א, ווי דער רבי איז געווען מוהל און סנדק, דער רבי האט איינגעלאדענט דער בעל ברית ומשפחתו מיט צו עסן די סעודת יו''ט וסעודת ברית בביתו נאוה קודש.

ארום 7:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור ונעילת החג אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ), מיט יום ליבשה דעם שווער פונעם בעל ברית הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' דורך מקיים זיין ביידע תקיעות וואס איז תקנת חכמים ווערט נתבטל אינגאנצן עצת היצר, און הקב''ה פירט זיך מיט אידישע קינדער מיט די תנאי כתובה מזונות רפואה און אויסלייזן די אידן פון גלות.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שמואל דוד גאנדעל הי"ו.

רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 9:05.

מוצאי יו"ט האט דער רבי א לענגערע צייט מסדר געווען אלע זיינע צדקות פאר ת"ח און עניים הגונים וואס ווערט ארויסגעשיקט אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

יהי''ר שיתקבלו תפילתינו ברחמים וברצון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️