בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' תשרי תשפ"ג10/2/2022

באריכט
שב"ק פרשת וילך שבת שובה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.*

פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי''ו, ביי לכה דודי האט מען געזינגען די נייע ניגונים.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט אפגעראכטן דעם שלחה"ט פריוואט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט מען געעפנט די טיר און מ'האט געזינגען די זמירות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שעבוד.

מען האט געזינגען קה אכסוף. ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו (מאנטשעסטער).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק ר' אלעזר ניסן זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ח' תשרי.
מען האט געזינגען קה רבון עלם און מען האט אריינגעברענגט פירות, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אז ביום השביעי. מען האט געענדיגט ארום 11:35.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' הערשל ב''ר בעריש פריעד הי''ו, שחרית: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מאיר מאיער הי''ו (ב''פ).

עליות. כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א דומ"צ ביד''צ קר"י. לוי: הרה''ח ר' בעריש אפעל הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו. רביעי: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. חמישי: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יואל ב''ר ירחמיאל ביטמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: ר' יואל בר''מ ווערטהיימער הי''ו. מפטיר: הרה''ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' חיים אברהם בערנשטיין הי''ו (לאנדאן). גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''י איצקאוויטש הי''ו (מאנטרעאל).

מוסף: הרה''ח ר' יושע טעללער הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פייוויש וועבערמאן הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:10. מנחה: ר' נפתלי משה ווייס הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' אברהם מאסרי הי"ו, כהן: הר''ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט''א, לוי: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' נתן דוב שווארץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שלמה זלמן געלב הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך' און געטייטשט אז ווען מען וויל צוקומען צו ריכטיגע תשובה, ווען מען טראכט אריין אין די גרויסע פגם פון איין עבירה ווערט מען אפגעשוואכט און מען קען צוקומען צו ייאוש חלילה, אבער אז מען טוהט תשובה מיט אמונה קען מען מיט'ן כח האמונה אינעם בוכ''ע צוקומען צו תשובה און צו אלע תקונים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' שלום ברוך ראדבארד הי''ו, קל מסתתר: הרה''ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט''א (ב"ב). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה''ק רבי אלעזר ניסן זיע''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:25.

מוצש"ק איז געווען זמני כניסה ביז אום 12:10, בשעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אין די ס"ת פון הרבני הנגיד מוה"ר מאיר יעקב אינדיג הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' מאיר יעקב הי"ו ובני משפחתו שיחי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 989
אין טעלעגראם