בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ה תשרי תשפ"ג10/20/2022

באריכט
ובכן צדיקים יראו וישמחן וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

שמחת תורה ביינאכט פאר מעריב איז דער רבי געגאנגן אין מקוה.
ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילות מעריב, בעל תפילה: הרה''ח ר' מאיר שלמה פילאפף הי''ו, נאך מעריב איז דער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה.
אים 1:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטלית שאילה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' חיים יחזקאל ווייס הי''ו (מאנטרעאל).

רבינו שליט"א האט געזאגט פיר מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', בזמן שביהמ''ק היה קיים איז מען זיך געקומען ביקן פארן הייליגן באשעפער מיט די ריכטיגע הכנעה היינטיגע צייטן דורך טאנצן און זיך פרייען מיט די הייליגע תורה קען מען צוקומען צו השתחווה והכנעה בלב שלום.
צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' דער רבי האט דערמאנט די זוהר הק' אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען בשמחת בניהם און זיי קומען אראפ דא בעולם המגושם בכח פון מצוות סוכה וואס איז מקדש די גופות פון אידישע קינדער, און ווען זיי קומען איז עס נישט קיין ביאת ריקנות זיי לאזן איבער א ברכה בכל ענינים, 'וזאת הברכה אשר ברך משה' דער טאטע ז''ל און דער פעטער ז''ל געפינען זיך דא בתוכינו, און בענטשן דעם גאנצן ציבור וואס געפינען זיך דא און פרייען זיך בשמחת התורה.
דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' דורך מקיים זיין מצוות התורה איז מען א בחינת עבד, אבער דורך מוסיף זיין וואס מען איז נישט מחיוב מן הדין ווערט מען בבחינת בן און א טאטע געבט פאר זיין קינד לפי זיין יכולת, די מנהג פון הקפות איז נישט מפורש נישט אין פסוק און נישט אין משנה עס איז א מנהג איינגעפירט דורך הייליגע צדיקים בפרט דורכן הייליגע ייטב לב, און דערמאנט א עובדה ווי דער ייטב לב האט געזאגט פאר א תלמוד אז ער וועט אים אינזין האבן ביי 'וחסידים ברנה יגולו', און מסיים געווען אז דאס מיינט אונז וואס גייען בדרכיו מיט די סדר ההקפות.
די פערטע תורה: נאך די ערשטע הקפה אויפן חרוז 'הקל הגדול', די גאנצע כח וואס מיר האבן היינט קומט פון די כח פון אברהם אבינו וואס האט אריינגעברענגט קדושה אין דער וועלט אזוי קענען מיר היינט לערנען און דאווענען פארן הייליגער באשעפער, און מסיים געווען בברכות און מעורר רחמים געווען קעגן דעי וואס ווילן שטערן דעם הייליגן חינוך וואס איז מקובל מדור דור בלי שום שינוי.
מען האט געענדיגט די הקדמה 3:20.
ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען די הונדערטער געסט פון אייראפע מיט א ספר תורה.

נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל און כתר.
ביים ליינען האבן עולה געווען. כהן: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ), לוי: הרה''ח ר' יוסף ניימאן הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' שלום יצחק קרויס שליט"א (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' שמואל בענעדיקט הי''ו (מאנטשעסטער), מען האט געענדיגט 5:20.

רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט, זמירות וברהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

יום שמחת תורה

שמחת תורה צופרי 11:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' ברא''ש פארקאש הי''ו.

פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו. די כהנים האבן געדוכענט, מען האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רבי איז ארויס אויף א קורצע הפסקה.

אום 1:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט די הקדמה 4:15.

רבינו שליט''א האט געזאגט 5 מאל תורה, דריי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', אז דורך זיין א הולך בדרכי אבות אפילו אן פארשטיין איז מען זוכה צו זכות אבות, נאך א אופן דורך טאנצן ירוץ עבדך כמו איל איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען בריצת רגליים להרע במשך די יאר.
צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא', צדיקים האבן אריינגעברענגט מען זאל שפירן בעולם הזה טעם עולם הבא ביי קיום תורה ומצוות און דורך דעים איז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא.
דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' תשובה צו טוען אויפן עבר איז זייער שווער, אבער דורך אמונה אינעם בוכ''ע קען מען אלעס מתקן זיין.
די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו: אויפן פסוק 'ושמחת בכל הטוב' אין טוב אלא תורה איז א ציווי אויף לימוד התורה אבער אויך אויך לימוד התורה בשמחה צו שפירן א זיסקייט אין די תורה, אבער די עוונות מאכן א מסך המבדיל, די תורה הקדושה איז א חומר בצורה קעגן יצר הרע און דרוך קבלת טובות בלימוד התורה כל אחד לפי מדרגתו, קען מען שוין יעצט טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו', עס איז דא צוויי אופנים פון תשובה מתקן זיין די פגמים, איינס דורך דמעות די צווייטע דורך שמחה און דאס איז די מידה פון יוסף הצדיק, מען דארף זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני קדושה בדיבור מעשה ובמחשבה, און וויסן די חומר פון אפילו איין ראיה, א ראיה של קדושה און חלילה דאס פארקערטע, און דורך דעים קען מען צוקומען צו תשובה מתוך שמחה און נישט חלילה פון דמעות, און זוכה זיין צו אלע ברכות.

צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, כנהוג.
ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען אלע אייניקלעך פון רביה''ק בעל ברך משה זיע"א מיט א ספר תורה.
ביי די צווייטע הקפה האט מען מכבד געווען אלע וואס האבן די זכיה צו זיין המלמד תורה לעמו ישראל.

ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק', נאך די זיבעטע הקפה אויף די בימה בשעת'ן טאנצן דעם חרוז 'חזק מייחד כאחד' האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן און ממשיך געווען די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.

ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט די אלע תפילות און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.

ביים ליינען האבן עולה געווען די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א, דער רבי האט געמאכט די ברכות בדמעות של שמחה.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אהרן עקיבא קאהן הי''ו.

מפני קוצר הזמן האט רבינו שליט''א נישט קידוש געמאכט כנהוג נאר מען איז תיכף אריין אין פאליש צו די חתני התורה.

הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו - משמש, מיט'ן בעל קורא ר' יודל ווערצבערגער הי"ו האבן פארגעזאגט די רשות חתן תורה און חתן בראשית און רבינו שליט''א האט עולה געווען, און געליינט מעונה.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג, גלילה: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרה''ח ר' משה מנחה שלעזינגער הי''ו.
חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, גלילה: הבחור המשב"ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני"ו.
חתן מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
הגבה אויפן דריטן ספר: הרה''ח ר' חיים יאקאב הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יואל ברמ''ב ווידער הי''ו.

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. תיכף נאך קדיש תתקבל האט מען געזאגט קרבנות און אשרי און געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:05.

רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי און דארט געמאכט קידוש און זיך תיכף געוואשן צו די סעודת יו''ט און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה געבאקן מיט ראזינקעס כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.

שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 9:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ, און ממשיך געווען די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.

מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטוורפען.

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן חרוז 'הגלה נא' און געטייטשט אז עס איז דא א בחינה פון ישועה מיט וואס הקב''ה העלפט אידישע קינדער נאכן מתפלל זיין, נאכדעם איז דא די בחינה פון עזרה וואס הקב''ה העלפט אפילו נאך פארן מתפלל זיין, אין דעים דור וואס איז אזוי בשפלות איז הקב''ה עוזר דלים און העלפט אידן אויף דעים בחינה פון עזרה, טרם יקראו ואני אענה, ובסיום דבריו האט דער רבי מאריך געווען בשבח פון די ציבור לאלפים וואס פירן זיך אין די הייליגע טעג בדרכו פונעם הייליגן ייטב לב און ישמח משה ולמעלו בקודש ביזן מהרש''א וואס האבן מסדר געווען די סדר ההקפות און אויך די זמנים מיט א אמתע שמחת יו''ט, און געוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.

נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.

מעריב מוצאי יו''ט: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.

מען האט געזינגען נגוני שמחה, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, מען זאל חלילה נישט צוריק טרעטן נאר גיין פאראויס און אהיים נעמען אלע השפעות טובות פונעם יו''ט מען האט געענדיגט ארום 11:40.

רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי און געזעגענט די הונדערטער געסט מעבר לים.

ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, בריקודין ומחולות נישט קענענדיג זיך געזעגענען פונעם געהויבענעם יו''ט, יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און עס זאל מקיום ווערן ביי אונז וואס דער רבי האט געוואונטשן 'וחסידים ברנה יגולו' מען זאל זיך פרייען מיט שמחה א גאנץ יאר מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️