דאנערשטאג בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו (וומסב''ג).
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד די יומדהל"ק פון הרה''ק הקדושת לוי זיע"א, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
דערנאך איז אריין בק"פ הרב ר' יהושע קליין שליט"א מנה"ר דישיבתינו הק' וחבר הנהלת הקהלה בירושלים עיה"ק, וועלכער האט איבערגעבן פאר רבינו שליט"א א לענגערע באריכט פון קהלתינו הק' ומוסדותי' בעיר ה' שמה, ובמיוחד איבער די הצלחה פון די תלמידי הישיבה קטנה וועלכע האבן זיך פארהערט מס' בבא בתרא און נאך לימודים ביי גדולי הרבנים בארה"ק פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, און האט גלייכצייטיג אויסגעשמועסט מיט'ן רבין פארשידענע ענינים העומדים על הפרק בקרב הקהלה והמוסדות, און צום שלוס האט רבינו שליט"א געשיקט א ווארימע פריסת שלום פארן גאנצן ציבור אנ"ש בעיה"ק ת"ו.
ארום 1:00 מיטאג האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א בליץ באזוך ביים הערליכן בית רחל קאמפלעקס פון מוסדותינו הק' במאנסי אויף טשערי לעין, צום ערשט האט דער רבי באזוכט ביי די גרעסערע קלאסן, דערנאך אינעם בנין החדש והמפואר 'בנין ניישטאדט' וואס איז נארוואס באנייט געווארן, דער רבי איז ארום און באגלייטונג פון די חברי ההנהלה און שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו, דער רבי איז אריין אין אלע קלאסן אויף אלע שטאקן און באוואונדערט די שנעלע אויפבוי פונעם הערליכע בנין אין קארגע אכט חדשים, ביים ענדע האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די לערערין'ס און מנהלת, און א ברכה מיוחדת פאר ר' שמואל זאנוויל הי"ו. אזוי אויך האט רבינו שליט"א מאציל געווען מברכותיו פאר הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו וואס האט מנדב געווען א גאנצן שטאק אינעם בנין.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:00, און מעריב ארום 7:30 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️