בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגל' תשרי תשפ"ג10/25/2022

באריכט
דינסטאג פרשת נח אדר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו (קר"י).
ב"ר משה חיים קאהן הי"ו (ב''פ).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בדביקות והתלהבות כרגיל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אין ביהמ"ד בוטשאטש, און נאך מנחה האט דער רבי געבענטשט און אפגעזעגנט עטליכע חתנים מאנ"ש בארה"ק, וועלכע זענען צוריקגעפארן נאכן וויילן דעם חודש תשרי העעל"ט בצל הקודש.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די חופה פון החתן ש"ב בן בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט"א נכד רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, באולם עטרת חי', און איז דערנאך תיכף צוריקגעפארן קיין פארשעי.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 978