דינסטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי''ו. ב"ר משה אליעזר שווארטץ הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אהנגעקומען לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט געהאט אן אסיפה מיט די מנהלים רוחניים פון אלע סניפי ישיבה קטנות שע"י מוסדותינו אין וומסב"ג, איבער דאס נחיצות פון מקצר זיין די ליידיגע בין הזמנים טעג.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ס'האט זיך פארצויגן די זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אויך אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן ארייגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות במשך די ימי הפורים העעל''ט, רבינו שליט''א האט פארטיילט מתנות ומאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און נאכדעם ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday18 Nissan 57824/19/2022
Report
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. קבלת שבת ומערבית: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.
די סדרים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' כשתילי זיתים סביב מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך. ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, צום ערשט זיך אראפגעזעצט און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דער רבי האט געשמעקט בשמים אזוב, און זיך אראפגעזעצט מסדר זיין די קערה, די מצות און די סימנים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, נכד רבינו הילד משה בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש ביי ביידע סדרים. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש. במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט צען מאל דברי תורה, תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם מאמר הזוה"ק פיקודא בתר דא, פאר מה נשתנה האט דער רבי געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף כנהוג אצל רביה''ק בעל ברך משה זיע''א עפ"י מנהג בעלזא. בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען. דער רבי האט געזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה, נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות. דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג, דערנאך האט מען געזינגען והוא שעמדה און לכבוד שבת אז ביום השביעי. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים ברגש קודש. יום א' דפסח
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו און הרב נפתלי הורוויץ שליט''א בן האדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ח ר' שמחה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' גדלי' יערמיאש הי''ו (ב"פ), שלישי: הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי''ו, חמישי: הב' החתן ב''ר אברהם הערש שעהר הי''ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה: ר' אלימלך ברמ''ח פריעדמאן הי''ו. הרב יואל בערקאוויטש בן הגאון הדומ''ץ שליט''א. ר' עזריאל יודא שווארץ הי''ו. ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו. ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי''ו. ר' אברהם אלי' פרידריך הי''ו. ר' משה יודא בר''נ ניימאן הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א, גלילה: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' סענדר לאנדא שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הרה''ג ר' יואל ברמ''א פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי.
נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.
פתיחה צו טל: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרב יחזקי' יואל סאמעט הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 2:55.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און געהייסן זינגען לכבוד יו''ט, ברכהמ''ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה וס"ג, מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל ווייס הי''ו, כהן: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א (בית שמש), לוי: הרה''ח ר' אלי' ראטה הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק יודא היימאן הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' יודא פארגעס הי''ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'מה עבודה הזאת לכם' און געטייטשט בענין, אז אידן עסן און טרינקען צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן נישט ווי די אומת העולם וואס עסן צו האבן ווייטער כח צו עסן, די מצה איז משפיע חכמה און געט אריין א כח של קדושה צו עסן לשם שמים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און עס אויסגעטרינקן. מען האט געענדיגט 8:30.
ליל ב' דיו''ט
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף הי''ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. און דערנאך געגאנגען אין מקוה.
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 12 מאל תורה. ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען 'הויז בחור' הב' דוב אלטר ברוך גפן הי''ו.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל און די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:30.
נאכן סדר איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין פאליש ווי מ'האט געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח הפיוט 'פודה כהלכה צדיקיו יאמרו לו' אפילו פרעה איז געווען מצווה משעבד צו זיין די אידן איז ער נענש געווארן וויייל מצוות צריכות כוונה און ער האט אוודאי נישט אינזין געהאט מקיים זיין די ציווי השם. מען האט געענדיגט 4:10. יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:00. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל ברי''א וויינבערגער שליט''א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי וועכטער הי''ו (וומסב''ג) און הרה''ח ר' חיים אהרן קליין הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מאיר מייער שליט''א (ב"פ).
עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, שלישי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, חמישי: רבינו שליט''א, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א דיין בבי''ד צדק, גלילה: הרה''ג ר' פישל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
מפטיר: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הר''ר יואל בהרי''ח גרינוואלד הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' לוי יצחק קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און מכבד געווען מיט אשר הני: נכדו הרב הערשל מייזליש בן חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, שושנת יעקב: נכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בענין: אז דורך דעם וואס מען פירט זיך בענווה ווען מען טוט תשובה ווערן די זדונות זכיות. ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.
8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א. אפאר מינוט נאכן זמן אז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.
מיטוואך פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מאיר וועזעל הי''ו. ב"ר אברהם מאיר ראזענפעלד הי''ו. ב"ר יואל חיים לעבאוויטש הי''ו. ב"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן הי''ו. נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.
רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט ביי די תורה אויפ'ן טור וואס ברענגט דעם טעם פארוואס ס'ווערט אנגערופן שבת הגדול, און געטייטשט בדרך דרוש אז שבת ווערט נתברר אז השי''ת איז אחד יחיד ומיוחד און אזוי זענען די אידן ראוי לגאולה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', ברכהמ"ז: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי אשר'ל מ'ראפשיץ זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ערב פסח. קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב ר' זלמן לייב ט"ב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב"ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, ביי מכלכל חיים און ממקומך האט מען געזינגען כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו.
עליות. כהן: החתן ב"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו, לוי: החתן ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: החתן ב"ר יצחק מיטעלמאן, רביעי: החתן ב"ר יואל מענדלאוויטש, חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יצחק איצקאוויטש הי''ו.
שביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו, אחרון: בעל שמחה ר' חיים יושע כ"ץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה"ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו (ב"פ), נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, מען האט געענדיגט ארום 12:40.
מיטאג טיש האט רבינו שליט"א געפירט בהיכל מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט מאכלי פורים 'קינדל', 'נאנט' און 'פלוטען', ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה.
נאכמיטאג אום 6:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת הגדול, דער רבי האט געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית און ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א תפילה חרישה מיט'ן פנים צום ארון הקודש פארן אנהייבן די דרשה מיט א לענגערע פלפול בסוגיא מצוות צריכות כוונה און דערנאך בדברי דרוש ואגדה, דורך דעם וואס מען טוהט מצוות בין אדם לחבירו קען מען באקומען שכר בעולם הזה, דורך מצוות צדקה וואס אידן זענען יעצט מקיים פאר פסח וועט מען זוכה זיין צו פראווענען די יו''ט פסח בכשרות, און מעורר געווען אויף לימוד התורה, כשרות, צניעות ביי די נשים, מלבושים ביי די אינגעלעך, און גערעדט ספעציעל לכבוד די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע שכונות ויואל משה 'כי אתה ה' הרחיב לנו', די אחריות פון די ערשטע תושבים וואס זיי זענען די יסוד וויאזוי ס'זאל אויסזעהן שפעטער און זיי שטעלן די טאן, די זעלבע ביי די גלילות ארום קרית יואל. און מאריך געווען בדברי הכנה ליו''ט פסח ווי מען זאל מקיים זיין די מצוות היום, למען תספר באזני בנך ובן בנך מען זאל עס פארציילן אויף אזא אופן מען זאל עס קענען איבערגעבן אויף ווײטער, און געוואונטשן עס זאל אריבערגיין דער יו''ט בשלום אן א מכשול. מען האט געענדיגט ארום 7:35 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הי"ו, כהן: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג), שלישי: חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אלעזר גאלדבערגער הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן טור א טעם פארוואס עס הייסט שבת הגדול, דער תכלית פון קרבן פסח איז מקריב זיין זיך אליינס פארן הייליגע באשעפער מיט א מחשבה פון מסירות נפש, אבער אויב מען איז ח''ו געבינדען בתאוות גשמיות קען מען נישט צוקומען צו מסירות נפש, דורך שמירת שבת קודש וואס איז מסוגל צו מכניע זיין דעם גשמיות קען מען צוקומען צו דעם.
ידיד נפש: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג) קל מסתתר: הרה''ח ר' זושא רובין הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, מען האט נישט געזאגט ויהי נועם ואתה קודש. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, ביים ענדיגן איז דער רבי ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און געוואונטשן א גוטע וואך א גוט חודש א חג כשר ושמח. מען האט געענדיגט 10:15.
מוצש''ק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ''ד שער התפילה דטשערנאוויץ בראשות הרב ר' נפתלי שנעעבאלג שליט''א חתן הגה''צ הדומ''ץ שליט''א און ווערט אריינגעגעבן דעם וואך צום ביהמ''ד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday28 Adar II 57823/31/2022
Report
מיטוואך פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מאיר משה מאשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד סיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור מנהל הישיבה און אלע בחורים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אויף די וואכעדיגע סדרה און געבעטן די בחורים צו זיכן א תירוץ, און ארומגערעדט בשבח הישיבה וועלכע איז אויסגעשטיגן לשם ולתפארת דעם ערשטן זמן, און משמיע געווען דברי התחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש היות ס'איז נאך חודש אדר זאל נאך זיין מרבה בשמחה עס זאל זיין גוטע שידוכים במהרה פאר אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א סעט מספרו לב אהרן.
פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווייטער משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.
ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן בהיכל הישיבה היינט דאנערשטאג דורך די תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט משפחת הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו לע''נ בתם ע''ה.
ביים אנקומען איז דער רבי ארויס אין א ריקוד קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען מערערע ניגונים בהתעוררות רב, און הבה''ח אליעזר ווייזער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט חרוזים לכבוד המעמד, נאך די חרוזים האבן די עסקני חבורת אתקינו ללימוד שעות רצופות איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א בשם די גאנצע ישיבה א מנחת בכורים פון 10,237 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה אלס הכנה צו די הכנסת ספר תורה ועפ''י קריאת קדשו פון רבינו שליט''א פארגאנגענעם פורים קטן און האבן איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון אלע תלמידי הישיבה וואס האבן געלערנט פון 36 שעות און העכער.
מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה, דער סופר הרה''ח ר' שלמה הערש שעהר הי''ו האט צוגעגרייט דעם קולמוס, רבינו שליט''א האט געזאגט הרינו כותב לשם קדושת ספר תורה און אריינגעשריבן די לעצטע אויתיות, בשעת דער רבי האט געשריבן האט מען געזינגען נגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו פארן מנהל הישיבה הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י פאר אלע רמ''י ובחורי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בעניני סיום כתיבת ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון ישיבתינו הקדושה וועלכע האבן געלערנט ביז סוף זמן ווי די התחלת הזמן, דערנאך האט רבינו שליט''א געבעטן אלע בחורים פון אלע סניפי המתיבתא זאלן לערנען און מסיים זיין מס' הוריות פון ר''ח ניסן 12 בלאט, יעדן טאג א בלאט גמרא רש''י לע''נ רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און בעפארברייטונג צום יומדהל''ק קומענדיגן כ''ו ניסן, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיטן תורה אויפן פלאץ א לענגערע צייט דערנאך איז הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו געגאנגען גלילה, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ספר תורה בהתלהבות ובשמחת התורה פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דע מנהל הישיבה און הרה''ח ר' נחמי' הי''ו צו טאנצן מיט די ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 9:20.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, און ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday17 Adar II 57823/20/2022
Report
ימי האורה ושמחה, פורים - שושן פורים, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ליל פורים
מיטוואך תענית אסתר 7:20 נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו, הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי/מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו.
מעריב: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, נאך קדיש האט רבינו שליט''א אנגעטוהן א טלית שאילה און איז ארויף אויף די בימה, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררת רב, מען האט אנגעהויבן ליינען 8:25 מען האט געענדיגט 9:30. נאך מגילה לייענען ביים ארויסגיין האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטן פורים'.
11:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערושה''ט בהיכל השלחנות, ביים אריינקומען האט מען געטאנצן פארשידענע ניגוני שמחה, נאך די זופ האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו, מיט שושנת יעקב הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'אשר הניא' און געטייטשט אז דורך די זדונות וואס ווערן זכיות קען מען משפיע זיין א מפלה פאר שונאי ישראל אדער קען מען דאס משפיע זיין דורך טוהן עבירות לשמה.
דער פורים ראב''ד הרב נפתלי משה ווייס שליט''א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו, מען האט געענדיגט 1:40.
דאנערשטאג יום הפורים
אינדערפרי 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' מענדל גאלד שליט''א אב''ד לובלין, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר''ר עמרם כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרב אברהם דוד וואגשאל שליט''א, גלילה: הרב יחיאל אלתר טויב שליט''א.
נאך אשרי ובא לציון איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן רבינו תם תפילין, אים 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד און איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און דאן מקיים געווען מנהג מחצית השקל כנהוג, און דערנאך געזאגט די לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט באש קודש, מען האט געענדיגט דאווענען 12:30.
אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א באגעגנט מיט הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו וועלכע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין רומעניע להצלת יהדות אוקריינא ווי ער האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פארן רבי'ן און דער רבי האט אים אנגעווינטשן און ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און דאן טועם געווען מאכלי פורים 'נאנט און קינדל', און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.
נאכמיטאג פון 4:00 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, צווישן אנדערע איז אריבער הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א דער רבי האט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט און אויסגעפרעגט א באריכט פון זיין באזוך די לעצטערע טעג אין אייראפע להצלת יהדות אוקריינא, אום 6:45 האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר''ר יואל וויינבערגער הי''ו. 7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול צום ערשה''ט משתה היין, ביים אריינגעקומען האט מען געזינגען און געטאנצן, דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די כזית געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרינקן לכבוד היום נאך די פיש און נאך די זופ האט דער רבי געמאכט נאכאמאל א לשם יחוד און געטרינקן נאך א כוס.
בשעת די זופ האט מען געזינגען שימני כחותם על לבך, נאכדעם האט דער רבי געוואונקן מ'זאל עס זינגען נאכאמאל און מ'האט דאס געזינגען בבכיות עצומות, און דערנאך האט מען פארגעזונגען כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
די ערשטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'והמן נופל על המיטה' און געטייטשט אז יעקב אבינו איז די נשמה פון כללות ישראל און ער איז מחבר אלע חלקים פון כלל ישראל און דורכדעם האבן די שונאי ישראל א מפלה. די צווייטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' דורך די קרי''ש פון מרדכי הצדיק האט ער מהפך געווען דוה צו הוד דורכן מצרף זיין דעם אלופי של עולם.
רבינו שליט''א האט זיך נאכאמאל אויפגעשטעלט טאנצן.
די דריטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ליהודים אותה אורה' און געטייטשט אז דורך תפילין ומילה איז ואתם הדבקים בה' אלוקיכם מען איז דבוק אינעם בוכ''ע און מען קען נישט אפטיילן. די פערטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'ודובר שלום לכל זרעו' און געטייטשט אז די פארמעגן פון א מענטש איז זיינע קינדער שלום איז ר''ת מה שאלתך וינתן לך, מען קען אין דעם טאג זיך אויסבעטן אויף גוטע קינדער נישט אויסגעלאזט קיין איינס. די פיפטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ובבואו לפני המלך' ווען מען איז פון הימל משפיע א ישועה דארף מען נאך זכותים עס זאל אנקומען ביזן ערד, מחצית השקל וואס איז מאת ככר, אות ק' איז למטה מן השיטה איז משפיע אן קיין מעכב יעדער וועט נהנה זיין. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'והריקותי לכם ברכה' מיט א ברען, און געטאנצן א לענגערע צייט.
די זעקסטע תורה 'פורים איז א לשון פון פרו ורבו' עס איז מסוגל פאר שידוכים עס זאל זיין מרבין בשמחה.
רבינו שליט''א האט גערייכערט א ציגאר כנהוג, און געזאגט די זיבעטע תורה 'וכל הרשעה כולה בעשן כעשן תכלה' אלע שאור בבתי ישראל זאל ארויפגיין מיטן רויך, און געגעבן דעם ציגאר פאר הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו.
די אכטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז דורך געבן צדקה ביום הפורים ווערט נשפע צוויי מאל דעם שם יב''ק.
מען האט אויפעגעבן די קרויט. דערנאך איז הרה''ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו ארויף אויפן טיש און געזאגט חרוזים לכבוד היום און הרה''ח ר' שלום אליעזר דים הי''ו האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א אב''ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, בעל תפילה איז געווען הר''ר הערשל קאהן שליט''א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט 12:30. פרייטאג שושן פורים
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יהושע מיטטלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. אים 10:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר חיים פריעדלענדער הי''ו. ב''ר הערשל אילאוויטש הי''ו.
נאכמיטאג 2:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד היום, מען האט מרבה געווען מיט נגונים שמחה, די ערשטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'ובבואו לפני המלך' און געטייטשט אז הקב''ה ברוב רחמיו וחסדיו רעכנט די חטאים אזוי ווי מען רירט עס אן בעולם הזה און נישט ווי און הימל ווי די פגם איז אין לשער. די צווייטע תורה איז געווען אויף די תקנה פון מתנת לאביונים אלס זכר צום נס וואס איז געשעהן ווען די אידן זענען געווען נישט ראוי און א בחינה פון אביונים.
מען האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויפן ניגון וחסד ה' מעולם ועד עולם.
הרה''ג ר' יונה גוטמאן שליט''א איז ארויף אויפן טיש גראמען לכבוד די בחורים פון די ישיבות קטנות וואס האבן געברענגט א מתנה חשובה פון 36 שעות רצופות פון יעדע בחור באזונדער וואס זיי האבן געלערנט בין אדר לאדר פון ר''ח, כפקודת הקודש, און א מתנה פון די נייע זמירות ברך משה. דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א האט צוגעברענגט א קונטרס מיט אלע נעמען לזכרון בספר. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט קורת רוחו און גערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן געברענגט די מתנה חשובה מאד, און בשבח פון אלע בחורים פון די ישיבות קטנות וגדולות פון קרית יואל אין פון די שטאט וואס האבן געפראוועט דעם יו''ט פורים מיט יראת שמים און אויפגעהויבן דעם קרן התורה וירא''ש מיט איידלקייט.
און געזאגט תורה אויף 'עינם של ישראל נשיאות למקרא מגילה' דורך קריאת המגילה איז מען מהפך פון מות און רעב צו מעות רב, און גערעדט בשבח פון כלל ישראל וואס האבן זיך געלאזט קאסטן מיליאנען דאלארן פאר צדקה און געזאגט אז אפילו אויב מען געט צדקה אויך היינט איז מען נישט עובר אויף בעל תוסיף, און ארויפגעשיקט אלע וואס הייסן יוסף ארויפצוגיין אויפן טיש צוזאם נעמען געלט לטובת קופת רבינו אבני חסד, און דערנאך געזאגט תורה און געוואונטשן אז דורך די ערשטע און לעצטע 'ו' פון די מגילה מאכט מען א צינור אראפצוברענגען די השפעות און מאציל געווען מאוצר הברכות פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו ארויף אויפן טיש משמח זיין לכבוד היום.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט''א דומ''ץ טאשנאד מאנסי, שושנת יעקב: הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א ראה''כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפו כוס. מען האט געענדיגט 5:10.
לעשות אותם ימי משתה ושמחה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday13 Adar II 57823/16/2022
File
גליון "קול התאחדותינו" חג הפורים - פרשת צו שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא פינת יקרת בענין: לעשות אותם ימי משתה ושמחה מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב גאטליעב הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ה'. און ארומגערעדט הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:15, בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
ביים אהנקומען קיין וויליאמסבורג איז קודם פארגעקומען בקודש פנימה אן אסיפה מיט די אקטיווע עסקנים לטובת פליטי אוקריינא ווי מ'האט אויסגעשמועסט די לעצטע אנטוויקלונגן. בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פון די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך מוה"ר יצחק צבי קליין הי''ו און ווערט אריינגעגעבן בבית מדרשינו בנין בראך בוומסב''ג קומענדיגן זונטאג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday12 Adar II 57823/15/2022
Report
מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אבד"ק דברי שמחה ציעשנוב, קר"י.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ב', און גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל"ט בזהירות קיום מצוות היום ובפרט איבער ליינען די מגילה במתינות. דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים ועסקנים פון קופת רבינו - אבני חסד לרגל די ימי הפורים הבעל"ט, דער רבי האט געגעבן א המלצה בריוו און פארטיילט מטבעות קודש.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 5,000 דאלאר להצלת יהדות אוקריינא, און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו.
נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו, באולם כינור דוד. ר' משה גאלדבערגער הי"ו - ר' אברהם יודא שווארץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ראטה הי"ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו. ר' פנחס משה קליין הי''ו - ר' חיים מאיר גרינפעלד הי''ו.
ארום 10:00 איז פארגעקומען די זעלטענע מעמד התמנות פאר 12 נייע מורי הוראה בבית הוראה דק''ק קרית יואל, ווי שוין באזונדער באריכטעט.
ארום 12:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday10 Adar II 57823/13/2022
Report
מוצש''ק - שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג
ארום 11:00 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויס אין א ריקוד פאר עטליכע מינוט אויפ'ן פלאץ. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
נאך די פיש האט רבינו שליט''א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה והתרוממות בתופים ובמחולות לכבוד פורים הבעל''ט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש מיט הערליכע רמזים בעניני נשואין ובסגולת מצות מתנות לאביונים, און מסיים געווען אז עס קומט דער יו''ט פורים, יענך ה' ביום צרה אידישע קינדער דארפן אסאך ישיעות און אסאך ענינים, כל הפושט יד נותנים לו, דער בוכ"ע וועט מקיים זיין דעם ומשלוח מנות איש לרעהו, אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה, און צוגענדיגט מיט ווארימע ברכות הקודש.
נאך די דב''ק האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד פאר לענגערע מינוטען.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרב אברהם יוסף מארקאוויטש הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום.
מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד''ק שליט''א, ברכה אחריתא: דער אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ''ד אהל תורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh9 Adar II 57823/12/2022
News
קול רינה וישועה באהלי צדיקים מוצש''ק פרשת ויקרא, כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.
ליהודים היתה אורה ושמחה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday29 Adar I 57823/2/2022
Report
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל י' פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג אים 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, אים 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' אשר אולמאן שליט"א רב שכונת רמת אברהם בית שמש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בעניני פורים דמוקפים, און האט איבערגעגעבן א שיינע גריס מקהלתינו הק' אין בית שמש.