בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זוכן: „#פורים”

געפונען אין די אלע שרייבווייזן (דריקט צו אויסלאזן):

זונטאגי"ט אדר תשפ"ג3/12/2023

באריכט
מיטוואך כי תשא - שושן פורים

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר ליפא סאמעט שליט"א.
ב"ר משה פרנס הי"ו (ב''פ).
בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.

נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.

ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בבית הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און הרה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ראה"ק סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד היום, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ, זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען מרבה געווען בנגוני שמחה.

מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ, שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דברות קודש.
די ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מ'גייט בתר כמות און עשה דוחה לא תעשה העלפט תשובה.
די צווייטע תורה איז געווען אז וויבאלד קהל גרים איקרא קהל און מען איז מקבל גרים ווייל מינן הוו ואידחו זעהט מען נראה ונדחה חוזר ונראה און עס נוצט תשובה.

מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

די דריטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', און געטייטשט אז וויבאלד דער נס איז געווען ביינאכט אינעם ליל המסוגל לישועות ליל שימורים פסח, האט המן געהאט זיין מפלה און עס איז איבערגעבליבן דעם רושם לנצח, און דערמאנט דעם גזירות החינוך און געוואונטשן די רשעים זאלן האבן דעם זעלבן סוף.
די פערטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', אןן געטייטשט אז דורך מצרף זיין דעם שם הוי''ה קען מען מהפך זיין פון וי צו טוב, אזוי אויך דורך די תורה קען מען מהפך זיין די צירופי אותיות, דאס איז געווען פורים הדר קבלוה מאהבה.
די פונפטע תורה אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו', און געטייטשט אז דורך תורה איז דא צוויי ברכות בגשמיות וברוחניות פאר זיך און פאר די קינדער.
די זעקסטע תורה אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו', און געטייטשט אז ווען מען פירט זיך מיט רחמים פירט מען זיך פון הימל מיט רחמים.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.

בשעת מעשה האט געשפילט אויף א כלי זמר א בחור פון מוסד הק' שערי חמלה, דער רבי האט אים באדאנקט און געגעבן פורים געלט.

דערנאך האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' יוסף חיים ראטנשטרייך הי"ו, און מהנה געווען דעם ציבור לכבוד היום.

רבינו שליט''א האט געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 9:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי און פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון ישיבותינו הק' פון וומסב''ג און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים פון די חבורה.

ארום 10:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ליל פורים


מאנטאג תענית אסתר נאכמיטאג ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, גלילה הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).

ארום 6:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב ארום 7:10 איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, מען האט געענדיגט אום 8:15, מען האט געזאגט די ברכת הרב את ריבנו, אשר הניא, שושנת יעקב, ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני שמחה און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.

מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס', און געטייטשט בדרך דרוש בעניני פורים, אז דורכ'ן טוהן א מצוה בציבור באקומט מען יא שכר אויף די וועלט במילא איז אונסי וזוזי גמר ומקני און עס איז נישט דא קיין מודעה.

מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט ברגש קודש אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער אויף די חסדים וואס השי"ת האט געטון, נעכטן איז מען אומגעפאלן און בחסדי ה' איז מען אפגעקומען מיט א בלויזע קריץ, מען דארף דאנקן און לויבן אז עס האט זיך נישט געענדיגט ערגער, און דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הודאה.

דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, און צום סוף געזאגט חרוזים בענין שמירת עינים לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי העכער צוויי א האלב טויזענט תלמידי ישיבתינו הקדושות האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים אלס משלוח מנות פאר רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די גבאים אויסצוטיילן פאר אלע בחורים.

ברכת המזון: דער פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דינסטאג כי תשא יום הפורים

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:10. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.

בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).

נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און דערנאך ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 11:10 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש, מען האט געענדיגט ארום 12:15.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ''ד נאכ'ן דאווענען ארום 12:30, האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.

נאכמיטאג פון 3:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים.

ארום 3:15 איז פארגעקומען א ברית בביתו נאוה קודש לבן הנולד אצל ר' יואל נתן מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ די דיינים פון קהילת בעלזא פון ניו יארק מיט משלוח מנות בשליחות האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
בערך 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

נאך מנחה האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אין ביהמ''ד הגדול און אום 6:05 אריינגעקומען צום סעודת משתה היין, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת היום, נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען דעם צווייטן כוס און געוואונטשן לחיים.

בשעת די זופ האט רבינו שליט''א פארגעזינגען כבודו מלא עולם, בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.

מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט רבינו שליט"א געטרינקען א דריטע כוס און געוואונטשן לחיים, און אנגעהויבן צו זינגען אלקה דילי' מיט בכיות נוראות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע און במשך דעם גאנצע טיש האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגונים, שמחה, דביקות והתעוררות.

די ערשטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז וויבאלד עס איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט אויף אידישע קינדער, און כביכול איז מחיוב מיט אלע חיובי בעל לאשה, און מוסיף געווען אז איינער וואס האט נישט קיין זיווג איז א פלגא דגופא און איז אין די כלל פון חיוב לרפאותה.
די צווייטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז צו קענען משפיע זיין א ישועה פאר אידישע קינדער און א מפלה פאר די שונאי ישראל איז דורך תשובה ברבים וואס איז פונקט ווי תשובה מאהבה און איז משפיע ישועות פאר אידן בכל מקום שהם, און בקול חנוק בדמעות דערמאנט די גזירות החינוך אויף כלל ישראל, און געוואונטשן אז די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה ווי המן בשעתו.
די דריטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', און געטייטשט אז ווען המן וואלט געוואוסט די כבוד שמים וואס וועט ארויס קומען וואלט ער נישט געמאכט די גזירה, ובדרך צחות אין וואספארא זכות ער האט זוכה געווען צו דעים.

דער רבי האט מכבד געווען כ''ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א מיט א כוס וויין, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף השיר והשבח.
די פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע', המן איז געווען א חכם להרע, אז אידן זאלן מכוון זיין הנאת עצמן און אזוי וועלן די דמעות פון עשו נישט בטל ווערן.
די פונפטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז המנ'ס געלט איז געקומען דורך גניבה און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין שליטה.

נאך די תורה האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן, און דערנאך מקיים געווען דעם יערליכן מנהג און גערייכערט א ציגאר, און פארגעזינגען די דזיקוב'ע תניעה, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.

די זעקסטע תורה אויפן שייכות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט די יו"ט פורים, ווייל רבי שמעון האלט כל שהוא למלקות, און לויט טייל דיעות איז אפילו שלא כדרך אויך חייב, במילא האבן די אידן נישט געמעגט נהנה זיין פון סעודת אחשורוש אפילו שלא כדרך.

מען האט אריינגעברענגט א בארג סיני קיגל פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, און קרויט, און דער רבי האט געטיילט שיריים פאר די אויבן אן.

די זיבעטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה' און געטייטשט אז וויבאלד מרדכי הצדיק האט זיך געפירט מיט'ן מידת החסד האט מען זוכה געווען צום נס.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.

דערנאך האט דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס הי''ו פארגעזינגען דעם ניגון פונעם הרה''ק הקדושת לוי זיע''א רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט.

ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.

נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב. בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, מנהל.
ב"ר בעריש ווייזער הי"ו.
ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ב"ר אליעזר גאלד הי"ו.
ב"ר אהרן ישראל מאיר טייכמאן הי"ו.
ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
ב"ר יעקב יוחנן מיטטעלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק אז פורים איז געווען הדר קבלוה מאהבה, מען דארף זען אז ווען מען לערענט א שטיקל גמרא זאל מען עס פארשטיין און מען זאל לעבן מיט די תורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכ'ן לחיים איז דער רבי אראפ אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מען האט געזינגען ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אז ביים נס פורים זענען די קליינע קינדער אויך געווען א חלק פונעם נס און זיי דארפן זיך אויך מיטפרייען מיט די נס פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו אויסטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בנציון נידערמאן הי"ו - ר' אליעזר מאיר נאווי ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ע"פ בנו ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

נאך די זמני כניסה אום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

מאנטאג כי תשא - תענית אסתר

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל משה דאסקאל הי"ו.
ב"ר יעקב הכהן גראס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש בני ברק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' נחום שמשון שווארץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי שמעון סופר זיע''א מקראקא, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט''ז אדר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:35.

ביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל ברי''א שטיין שליט''א, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו און הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, לוי: החתן ב''ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו, שלישי: החתן בן הר''ר יואל שטיין שליט''א - באווארפן, רביעי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א, חמישי: דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, שישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, שביעי: החתן ב''ר יואל לאנדא הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יו''ט לעווי הי''ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.

מפטיר - קריאת זכור, האט רבינו שליט''א עולה געווען און אליינס געליינט.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' ירוחם יאקאב הי"ו.
ר' שמואל פילאפף הי"ו.
ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו.
ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.

הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל זאלדאן הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אפרים טייטלבוים הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי בן הנולד אצל ר' וואלף ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, כהן: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי''ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר''ר מרדכי שמעיה קויפמאן שליט''א.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עמלק האט אריינגעברענגט אז מען זאל זיך נאכגעבן אלע תאוות ההיתר און דורך דעם גורם געווען א קרירות אין יעדע דבר שבקדושה, שבת און מילה האבן די כח צו מחליש זיין כח המתאווה און מיט דעם אויסרייסן דעם עמלק ס'איז די כח הרע און הארץ פון יעדע איד, מען גרייט זיך צום גרויסן יו''ט פורים דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל זיך קענען אויפווארימען דאס הארץ פאר הקב''ה, און מקבל זיין אלע השפעות קדושות כי קדוש היום לאדונינו.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יוסף דוד היימליך הי''ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' אברהם יהושע ווייס הי''ו (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הר''ר עמרם כהן שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז אדר תשפ"ג3/10/2023

בילדער · 8
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת שולחן הטהור לכבוד שושן פורים במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

מיטוואךט"ו אדר תשפ"ג3/8/2023

נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שולחן הטהור לכבוד שושן פורים בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג יצ"ו

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

פרייטאגי' אדר תשפ"ג3/3/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', און ארומגערעדט דברי הכנה והדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, וויאזוי זיך צוצוגרייטן צום יו"ט, לערנען חסידישע ספרים, התנהגות אינעם יו"ט ביים גיין נאך געלט, זינגען איידעלע ניגונים וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת רבינו 'אבני חסד' פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יעקב יחזקי' היימליך שליט"א (מאנטרעאל) - הר"ר אפרים טייטלבוים שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' דניאל שאלילאף הי"ו ד ר' מאיר יודא מאלח הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

ארום 9:00 האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד ברא"י ווייס הי"ו (מאנסי) - ר' ליפא ווייס הי"ו.
ר' ישראל שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' וועלכע זענען זיך מקבל קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

פרייטאג תצוה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

נאכמיטאג ארום 3:30 איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגג' אדר תשפ"ג2/24/2023

באריכט
דינסטאג פרשת תרומה א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן מעזעי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און דערנאך געבענטשט גומל נאכן זיך צוריקקערן פונעם מסע הקודש לעיר האבות סיגוט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, מגי"ש, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה ללימוד התורה און אויפגעפאדערט די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיט שעות רציפות, און ארומגערעדט בגנות פון זינגען פראסטע ניגונים און בפרט אינעם הייליגן יו"ט פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט., דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז אום 11:00 אויפדערנאכט.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בבית בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו שליט''א חתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די בני המשפחה איבער הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן מיטוואך ב' דר"ח אדר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און פאר די זיידעס און גאנצן ציבור, אויפן וועג ארויס ארום 11:30 האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר'ן יולדות. און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

מיטוואך תרומה ב' דר"ח אדר

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר צבי יאזשעף הי"ו.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב.
ביים ליינען האבן עולה געווען, שלישי: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מוסף: דער בעל שמחה הרב מרדכי יודא שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, מוהל: רבינו שליט"א, סנדק: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו., ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל ברוך נאך זקינו הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זיע''א וואס זיין יארצייט איז געפאלן בו ביום.

נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה אין חדר שמואל חיים בביהמ''ד הגדול, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, און הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, חתני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
הר''ר זאב אלעזר רייכמאן שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' ליפא פרידריך ע"ה - ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

דאנערשטאג תרומה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ט גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ו', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שלום בערקאוויטש הי"ו - ר' יעקב אשר גרינבלאט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל ווייסמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

פרייטאג תרומה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ג2/20/2023

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ"ו

זונטאג פרשת תרומה

אינדערפרי באשמורת הבוקר האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות פריוואט אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט דעם קונטרס חידושים וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך תלמידי ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק וואס די בחורים האבן מחדש געווען און מעיר געווען געווען אויפ'ן רבינ'ס חידושים אין לב אהרן אויף די סוגיא פון ש''מ רבי עקיבא תלת, וואס דער רבי האט שפעטער משבח געווען פארן מנהל הישיבה.

אנגעהויבן שוין פון אום 8:00 אינדערפרי איז די ישיבה של מעלה שוין געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בחורים אויף א צוויי שעה סדר, כפקודת הקודש פונעם ראש הישיבה מרן רבינו שליט''א, טראץ וואס מוצש''ק האט מען געענדיגט גאר שפעט.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.

נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד לייכטע מידי דמיזן פאר די בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם פול געפאקטע ביהמ"ד און פארגעלערנט נאך א סוגיא שיעור, דער רבי האט אנגעהויבן אויף א קשיא וואס א תלמיד פון ישיבה קטנה בבני ברק האט אים צוגעשיקט בכתב אויפ'ן שיעור פון פרייטאג, דער רבי האט איבערגעזאגט די קשיא און געזאגט א שיינעם תירוץ געבויעט אויף א אור חדש, דער רבי האט געהייסן אלע בחורים אריינקוקן אינעם אור חדש אין די קובצים פון די סוגיא.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט א לענגערע פלפול אין די סוגיא, און ביים סוף געזאגט דברי פרידה פאר די בחורים און ארויסגעברענט וואספארא עונג רוחני און קורת רוח מען האט געהאט צו פארברענגןמיט די בחורים אין די לעצטע דריי מעת לעת, מען האט געזעהן כי זרע ברך ה' אזוי זעהן אויס תלמידים פונעם ייטב לב דאס איז די ישיבה וואס דער ייטב לב האט מייסד געווען, און מען דארף זעהן זיך צו פירן ווייטער אויף א אופן ווי עס פאסט זיך פאר א תלמיד פון דעי ישיבה, דער ייטב לב האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, האט דער רבי געזאגט 'בזה' מיינט ווען דער ייטב לב איז געווען אויף דער וועלט און 'בבא' מיינט דעי וואס קומען דא לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב ווען דער ייטב לב איז שוין אויף יענע וועלט, און אויפגעפאדערט די בחורים נישט צו רעדן מיט די תפילין, און צו לערנען ביתר שאת שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים און מסיים געווען בברכות לרוב, מען זאל אהיימפארן לחיים ולשלום און זיך זעהן מתוך שמחה, און נאר הערן בשורות טובות.

דערנאך זענען די בחורים ארויף צום ציון הקדוש פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זיע"א ערב יומא דהילולא, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטן פרישטאג, ארום 2:15 זענען די בחורים ארויף אויף די באסעס און פארלאזט עיר האבות סיגוט, תלמידי ארה''ק קיין באניא, און תלמידי אייראפע קיין סאטמאר, פון ווי זיי האבן גענומען די טשארטער פליגער אויף וועג אהיים מיטנעמענדיג מיט זיך הויפענעס השפעות, מלא חפנים בתורה וביראה, חיזוק והדרכה בכל תחומי החיים, וואס וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.

נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די שטאטישע באאמטע דעם גאווערנער און מעיאר פון די געגענט וועלכע שטייען צו הילף אין אלע ענינים ובפרט איבער די שטחים וואס באלאנגט פאר'ן שוהל הויף, אין די פארגאנגענהייט און בעתיד ווייטער צו קענען בויען די פרישע בנינים, דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א מתנה, און זיי האבן צוריקגעברעגט א מתנה פארן רבינ'ס שטוב.

דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש מיט א ענגע מנין.

נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד יסוד פארן נייעם היכל התורה דקהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו, ווי הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו אינאיינעם מיט זיין איידעם ר' שמואל בענעדיגט הי''ו האבן זיך אינטערגענומען צו בויען א פרעכטיגע היכל התורה.
אויסער די ערשטע גרויסע נתינה פארן נייעם היכל פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי''ו בונה ומקים פונעם היכל התורה אין לאנדאן, האבן נאך עטליכע נגידים יעצט מנדב געווען פרישע גרויסע נתינות לכבוד הבית הגדול.

דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און געזאגט בלשו"ק: 'א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער'.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי רבינו שליט''א האט ממנה געווען 3 פרישע מורי צדק בקהלתינו הק' בירושלים עיה''ק.

די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ומרבני כוללינו, הרה''ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי כוללינו, הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מראשי כוללינו.

דער רבי האט געטיישטש ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ואלה מוסיף על הראשונים, די קהילה האט זיך ב''ה צווואקסן און מען דארף מוסיף זיין כוחות אין די קהלה, אויסערדעם וואס די קהלה פארמאגט א גאר חשובן דיין שליט"א פעלט זיך ב"ה אויס מ'זאל צולייגן נאך מו''צ וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די חשובע אינגעלייט, און געבן שיעורים בכל חלקי השו"ע, און דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט צו גרינדען א בית הוראה, אשר משם יצא תורה והוראה און מסיים געווען בברכות קדשו.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואנטשן פאר די פרישע מורי הוראה 'שלא יצא מכשול מתחת ידים ולהורת את דבר ה' זו הלכה', און פאר די חברי הנהלת הקהילה הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו, הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, הרה''ח ר' אהרן הערש היילברוין הי''ו, און ספעציעל פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו דער איש ירושלים פון ניו יארק.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס, און דער רבי איז געבליבן פריוואט מיט די מורי הוראה און האט געגעבן פארשידענע הדרכות פאר די פרישע מורי הוראה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די הונדערטער אידן פרישע געסט פון איבער די וועלט, א לענגערע צייט ביז אום 10:15 אויפדערנאכט.

ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען געזגענען דעם ציבור ביז אום 11:00, דאן האט דער רבי געלערנט פאר זיך אינעם ספר קדושת יו''ט.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און געוואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגונים וואס איז נתחבר און געזינגען געווארן בבית סיגוט, דעם אשת חיל ניגון, די נענועים ניגון און נאך.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען נכד בעל הילולא הרה''ג ר' ליפא ט''ב שליט''א דומ"ץ קהלתינו באנטוורפן.

רבינו שליט''א האט געזאגט א לענגערע ווארימע תורה און געזאגט אז ער איז ברור אז די קדושת יו''ט בענטשט אלע אידן, און דער קדושת יו''ט האט געזאגט אז זיין ברכה איז נישט קיין ברכה לבטלה נישט נאר יעצט נאר אויף שפעטער אויך, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר אידישע קינדער. דערנאך האט רבינו שליט''א געבענטשט אויפן כוס.

נאכ'ן שלחה''ט האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אין די שפעטע ביינאכט שעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ב שבט תשפ"ג2/13/2023

באריכט
זונטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא אקערמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו (מאנסי).
ב"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יואל גוטטמאן הי"ו.
ב"ר יואל פוקס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:15 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ, און ארום 2:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פאר ביהמ''ד החדש תפילה למשה דקהילתינו הק' בבארא פארק, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב הביהמ''ד הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דאן משמיע געווען דב"ק וברכה. מען האט געענדיגט ארום 3:15.

פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:45 צום נייעם בנין פון ישיבות קטנות סניף 'מבצר התורה' בהנהלת הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט"א און סניף 'אהבת התורה' בהנהלת הרה''ג ר' חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד סניף מבצר התורה, ווי עס זענען אנוועזנד געווען די בחורים פון ביידע סניפים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען עוסק זיין בתורה בלימוד שעות רציפות פון ר"ח אדר ביז פורים אלס א הכנה צום גרויסן יו"ט, און ארומגערעדט בדברי מוסר איבער די כלים הטמאים, זינגען ניגונים פון נישט ערליכע מקורות, און מסיים געווען בדברי שבח פון די ישיבות און געוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ אין סניף 'אהבת התורה' ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, און זיך אומגעקוקט אין די ישיבה. מען האט געענדיגט ארום 4:15.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם בנין בית האופה דקהלתינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אינעם גאנצן נייעם בנין און אלעס ארום און אלע שטיבלעך און סטארעדזשעס וכד', ווי דער מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו האט צוגעצייגט די פילע הידורים און חומרות, דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה.
ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, אינעם קארידאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, ובפרט פאר'ן מנהל בית האופה, און משמיע געווען דב"ק און משבח געווען די יגיעה און די חומרות וואס דער חשובער מנהל האט אריינגעלייגט דאס אהערצושטעלן לשם ולתפארת, אינטער די פרעזענדליכע השגחה פון הגה"צ אבד''ק שליט"א וואס איז עומד על המשמר, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע ארבעטערס און עוסקים במלאכת הקודש. אויפן וועג ארויס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א כוס של אליהו פאר'ן מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו, און דאן קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג. מען האט געענדיגט ארום 4:50.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן כולל אהבת קדומים וואס קומט פאר אין איינע פון די חדרי התפילה, און דערנאך געדאווענט מנחה בחדר ב' פון די נייע איבערגעבויעטע חדרי התפילה בקומת ריספלער.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום בנין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט אריינגעבליקט אינעם היכל הגדול וואס איז מלא על כל גדותיו פון לומדי הכולל, און געהאט א קורת רוח פון דעם מחזה הוד.

דאן איז דער רבי ארויף אינעם עזרת נשים פון ביהמ''ד הגדול צום שמחת פדיון הבן פון בן לנכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
אלץ כהן הפודה האט געדינט נכד רבינו הרה''ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור. ארום 5:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער מנחם אבל זיין הרבנים הגאונים בני הגה"צ ר' בעריש לויפער ז"ל ע"פ אמם הרבנית ע"ה. דערנאך ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמשון גפן הי"ו - ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד מאיר פריעדמאן הי"ו - ר' יואל בער יאקאבאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ו אלול תשפ"ב9/11/2022

פייל
קונטרס דרשות ושיחות קודש שנשמעו מפי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמדי קודש לרגל הכנסת ספר תורה שושן פורים תשפ''א העעל''ט

יו"ל ע"י מוסדותינו הק' שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו, לרגל חגיגת הכנסת ספר תורה ע''י הרבני הנגיד רבי אברהם בראך הי''ו, בבית מדרשינו המפואר בנין בראך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קונטרס דברות קודש5.8 MB

דינסטאגי"ח ניסן תשפ"ב4/19/2022

באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. קבלת שבת ומערבית: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.

די סדרים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' כשתילי זיתים סביב מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.

פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך. ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, צום ערשט זיך אראפגעזעצט און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דער רבי האט געשמעקט בשמים אזוב, און זיך אראפגעזעצט מסדר זיין די קערה, די מצות און די סימנים.

דערנאך האט דער רבי געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, נכד רבינו הילד משה בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש ביי ביידע סדרים. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש. במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט צען מאל דברי תורה, תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם מאמר הזוה"ק פיקודא בתר דא,
פאר מה נשתנה האט דער רבי געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף כנהוג אצל רביה''ק בעל ברך משה זיע''א עפ"י מנהג בעלזא.
בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען. דער רבי האט געזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה, נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות. דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג, דערנאך האט מען געזינגען והוא שעמדה און לכבוד שבת אז ביום השביעי. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים ברגש קודש.
יום א' דפסח

דעם ערשטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 10:55. פסוקי דזמרה: הר''ר יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו און הרב נפתלי הורוויץ שליט''א בן האדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''ח ר' שמחה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' גדלי' יערמיאש הי''ו (ב"פ), שלישי: הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי''ו, חמישי: הב' החתן ב''ר אברהם הערש שעהר הי''ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' אלימלך ברמ''ח פריעדמאן הי''ו.
הרב יואל בערקאוויטש בן הגאון הדומ''ץ שליט''א.
ר' עזריאל יודא שווארץ הי''ו.
ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו.
ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי''ו.
ר' אברהם אלי' פרידריך הי''ו.
ר' משה יודא בר''נ ניימאן הי''ו.

שביעי: הרה''ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א, גלילה: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' סענדר לאנדא שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הרה''ג ר' יואל ברמ''א פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחה צו טל: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרב יחזקי' יואל סאמעט הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 2:55.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און געהייסן זינגען לכבוד יו''ט, ברכהמ''ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה וס"ג, מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל ווייס הי''ו, כהן: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א (בית שמש), לוי: הרה''ח ר' אלי' ראטה הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק יודא היימאן הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' יודא פארגעס הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'מה עבודה הזאת לכם' און געטייטשט בענין, אז אידן עסן און טרינקען צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן נישט ווי די אומת העולם וואס עסן צו האבן ווייטער כח צו עסן, די מצה איז משפיע חכמה און געט אריין א כח של קדושה צו עסן לשם שמים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און עס אויסגעטרינקן. מען האט געענדיגט 8:30.

ליל ב' דיו''ט

ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף הי''ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. און דערנאך געגאנגען אין מקוה.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 12 מאל תורה. ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען 'הויז בחור' הב' דוב אלטר ברוך גפן הי''ו.

ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל און די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:30.

נאכן סדר איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין פאליש ווי מ'האט געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח הפיוט 'פודה כהלכה צדיקיו יאמרו לו' אפילו פרעה איז געווען מצווה משעבד צו זיין די אידן איז ער נענש געווארן וויייל מצוות צריכות כוונה און ער האט אוודאי נישט אינזין געהאט מקיים זיין די ציווי השם. מען האט געענדיגט 4:10.
יום ב' דפסח

דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:00. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל ברי''א וויינבערגער שליט''א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי וועכטער הי''ו (וומסב''ג) און הרה''ח ר' חיים אהרן קליין הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מאיר מייער שליט''א (ב"פ).

עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, שלישי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, חמישי: רבינו שליט''א, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א דיין בבי''ד צדק, גלילה: הרה''ג ר' פישל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

מפטיר: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הר''ר יואל בהרי''ח גרינוואלד הי''ו.

מוסף: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי''ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' לוי יצחק קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און מכבד געווען מיט אשר הני: נכדו הרב הערשל מייזליש בן חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, שושנת יעקב: נכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בענין: אז דורך דעם וואס מען פירט זיך בענווה ווען מען טוט תשובה ווערן די זדונות זכיות. ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.

8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א. אפאר מינוט נאכן זמן אז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.

נאך הבדלה איז מען אריבער וואונטשן א גוט מועד, מען האט געענדיגט ארום 9:00.

זך שוכן מעונה קומם קהל עדת מי מנה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס