מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א: מען זאל האלטן די בתי מדרשים און מוסדות התורה אפן. אוודאי זאל מען זיך היטן וויפיל מען דארף, אבער מען זאל איינהאלטן אלע מנהגי שמחת בית השואבה און הקפות שניות געהעריג.
VideoFrom: Kiryas Joel
Urgent request from our first responders:
PhotoFrom: עכטע נייעס
מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א ביים אנוואונטשן א ברכת השנה פאר די מצילי המרכז פון מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית.
Report
פרייטאג י"ד תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר יואל בר"מ גראס -ק"י
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אויסקליבן ערבות בחדרו הפרטי לחג הסוכות הבעל"ט אין עס אהיים געטראגן לביתו נאוה קודש
ערב חג הסוכות זמן שמחתינו
מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנ"ש די באפרייאונג פון הרבני הנכבד ר' אלעזר אלימלך פארגעס עסקן גדול בקרב מוסדותינו הק' וומ"ס וועלעכע איז ליידער געפאלן א קרבן מיט די לעגאלע פראבלעמען ממוסדותינו הק' וומ"ס די פארגאנגענע יארן
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
קול רנה וישועה באהלי צדיקים ליל שב"ק אושפיזא דאברהם וועט פארקומען די שמחת שלום זכור פון א איר אייניקל ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן קומט פאר בצל הקודש אין סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול ק"י שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
סדר מעמדי שמחת בית השואבה בקרב קהלתינו הקדושה ווילאמסבורג און שפיץ פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א
ושמחת בחגיך והיית אך שמח
NoticeFrom: עכטע נייעס
ווען מיר האבן געשריגן קעגן די 'האטליינע חסידים' האבן די זאליס אונז פארשריגן אלס מחרחרי ריב, היינט ווען זיי ליידן פון די זעלביגע וועמען זיי האבן געבויט, האבן זיי זיך פלוצלום דערמאנט אז מען האנדלט דא מיט שמוציגע אינגן.
NoticeFrom: די קופקע
Thursday13 Tishrei 578110/1/2020
Photos · 3
ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש שלחן הטהור לכבוד יום טוב במעמד רבבות אלפי ישראל אום מוצאי יום הקדוש בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג אשרי העם שככה לו!
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי הבדלה מוצאי יום הקדוש
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מעריב מוצאי יום הקדוש מלובש מיט'ן קיטל און טלית פון דודו מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע
Photos · 4
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה ערב יוה"ק
און ביים צינדן די כל נדרי ליכט בעפאר מנחה
Photos · 3
וישא אהרן את ידיו אל העם ויברכם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים בענטשען ערב יוה"ק בחדרי הפרטי בביהמ"ד הגדול וומ"ס בנין הילמאן זיך פארצויגן פאר אריבער אן אנדערהאלבן שעה ווי שווערע הונדערטער אידן שטיין באימה ובפחד אריינצוגיין בקודש פנימה באקומען א ברכה פונעם צדיק הדור ערב יום הקדוש
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת השלחן הטהור ערב יום הקדוש ביים ווינטשען לחיים און ביים פארזינגען בבכיות נוראות "ירצה"
Notice
ראשית גז צאנך תתן לו
דעם ב' דחוה"מ וועט פארקומען די מעמד הנהדר ראשית הגז אין בית מדרשינו הגדול קרית יואל אין שפיץ פון איתן אדונינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
Photos · 2
נייע סידורים "תפלה למשה" -ע"ש רבינו הקוה"ט זי"ע לימות החול (אזויווי ס'דא אויף שבת) ארויסגעקומען און די יעצטיגע טעג דורך "דפוס פאר" פאר די סאטמארע בתי מדרשים
NoticeFrom: Heimishe Media
Der Blatt is out with a MEGA SUKKAS EDITION, with 11 sections! Including first few years Reishis Mamlachtoi of Rbyh"k BB"M Zy"u, They also added a new weekly family section and kids section, price went up to $4.
Report
דאנערשטאג י"ג תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אין דעי טעג האט זיך געווינטשען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א גיסו האדמו"ר מבעלזא
פארגאנגענעם י"ג מידות האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגערופן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און געוואונטשן א ברכת השנה, דער רבי שליט"א האט ווארעם צוריקגעוואונטשן
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר יואל ב"ר י''מ לאנדא- ק"י ב"ר שלום גאלדמאן ק"י
דערווייל וועלן מיר נישט שיקן קיין בילדער בחצרות קדשינו פון די עולם לאור המצב וכפי רצון קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ודי למיבן
נעכטן האבן זיך פארהערט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קרוב צו 200 תלמידים פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בק"י וואס האבן געענדיגט "גאנץ מס' קידושין" אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NewsFrom: די קופקע
בייסט ענק, שלאגטס ענק... סאיז נאה לכם ולעולם!
Wednesday12 Tishrei 57819/30/2020
Report
מיטוואך י"ב תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
היינט איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש וב"ר שמעון סעגעדין
פארן דאווענען האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צוגעקוקט ביים שיעור וואס איז פארגעלערנט געווארן דורך מפעל חיינו שיעורי הכנה לחג הסוכות ווי די רבי האט שטארק הנאה געהאט פון דער פעולות להרמת קרן התורה לכבוד יו"ט מגי"ש ביים שיעור הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א ראה"כ מבצר הכוללים
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר ליפא ווייס - ב"פ ב"ר עזריאל מאיר קאהן - וומ"ס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים עס איז געבוירן געווארן א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק ק"י שליט"א -חדב"ן וחתן הגה"צ בערזאשאנע רב שליט"א שישו ושמחו בשמחת רבינו
יום הקדוש איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר ישעי לעבאוויטש
יום הקדוש איז פארגעקומען די קריאת השם ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת הבת ביי ר' משולם ראזענגער
ביים טיש מוצאי יו"ט במעמד רבבות אלפי אנ"ש ביים לחיים האט די רבי געווינטשען "..א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל די תפילות זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון כל מילי דמיטב בני חי' מזוני רויחי וס"ד.." מיט בענטשען האט די רבי מכבד געווען בנו בכורו מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א
6:40 האט מען אנגעהויבן נעילה נישטא קיין ווערטער צו שרייבן די געהויבענע געפילן בשעת ווען די רבי האט אויסגעשריגן דעם "שמע ישראל" "ברוך שם" "ה' הוא האלוקים" "ה' מלך" "לשנה הבאה בירושלים" מען האט געענדיגט 8:06
ביי מנחה האט די רבי געמאכט א מי שברך פארן ראה"ק הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו
תהיו לב פסע ופניו לקודש ומתפלל אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת קהל עדותינו עליך יסמוכו ועל ידך תהא סליחתינו אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת די עבודת הקודש פונעם כהן גדול בדורינו ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש
ובכן צדיקים יראו וישמחו די רקידי קודש ביים שטיקל ובכן צדיקים און ביי די קדישים נאכן דאווענען למעלה מהשגתינו
נאכן דרשה האט די רבי געזאגט וידוי מיטן גאנצן ציבור נאך כל נדרי איז די רבי נישט ארום מיט די ספר תורה די רבינ"ס אייניקליך זענען ארום מיט די ס"ת אינעם ביהמ"ד נאך מעריב האט די רבי געווינטשען פארן ציבור אויפן ארון קודש א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר
ביים מפייס זיין די תורה האט די רבי מחזק געווען "..דאס יאר וועט די תורה הקדושה ארויפגיין און מיליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער אז אפילו און די שווערסטע מצבים האבן אידין עוסק געווען בתורה און געדאווענט אין די פרעסטן און ווינטין.."
ביי די פייערדיגע כל נדרי דרשה האט די רבי ארויסגעברענגט צווישן אנדערע בבכיות נוראות מ'טיט אן א קיטל מעורר זיין לתשובה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג "פאריאר זענען געווען דא אין ביהמ"ד און אין אנדערע בתי מדרשים אידן אויך אנגעטוען א קיטל שוה במראה ובקומה>>>
<<< דאס יאר זענען זיי אין זייער אייגענע קיטל"
"..מדארף רחמי שמים מרובים די מגיפה איז נאכנישט אוועקגעגאנגען.."
ויברך אהרן את העם מה נהדר היה המראה ווען שווערע הונדערטער אנ"ש אנשים זקנים אברכים ובחורי חמד שטייען נאכן טיש מיט א דערהויבענקייט אריינגיין אל הקודש פנימה באקומען א ברכה פונעם צדיק הדור ערב יום הקדוש
וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער א אנדערהאלבן שעה פון חדרו הפרטי פונעם רבין ביז ארויס אנפאנג פון די הופער גאס
די עריכת שלחן הטהור ערב יום הקדוש די התעוררות פון די טויזענטער אנ"ש פון זעהן דעם פנים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ופניו דומה למלאך ה' ובפרט ביי די בכיות ביי די נגונים
ובעיקר די בכיות נוראות ווען די רבי האט פארגעזינגן דעם פזמון "ירצה צום עמך" ווי די רבי בעט זיך בבכיות נוראות ..חנון חון עמך אשר לשמך הוא מאמין.. ..קרב ושמע רנתי לזעקתי תפתח שער.. ..וצל קרתך באו בנים אשר נרגשו.. ..מחר יהיה האות הזה..
די געהויבענע געפילען פון די טויזענטער אנ"ש וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין בצל הקודש פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם יום הקדוש בקרב קהלתינו הק וויליאמסבורג איז נישט מעגליך אראפצולייגן
די התעוררותדיגע טיש ערב יו"כ די הייליגע דערהויבענע תפילות די דברות קודש מלהבות אש ביי כל נדרי און ביי די טישן די יום טוב'דיבע טיש מוצאי יו"ט
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בקשו רחמים די מצב ביי הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג בן אסתר ריספלער לרפו"ש ראה"ק דקהלתינו הק' ועוסק למען קדשי בית סאטמאר בכל אתר והעומד לימין קדשו של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א -האט זיך שטארק פארערגערט און מען דארף אים יעצט ארויפלייגן אויף א וועינטילעטע"ר והן קל קביר לא ימאס תפילות הרבים
Notice
קריטישע ווענדונג פון קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב דסאטמאר" ומוסדותינו הקדושים -ווילימסבורג לאור המצב