ילדי תשב"ר תלמידי מוסדותינו הק' 'מוסדות יטב לב' בירושלים עיה''ק בבית כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא ראב"ד ירושלים שליט"א, ביום חמשה עשר בשבט, ווי דער ראב"ד שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו און פארטיילט פירות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעהבילדער · 4
ביקור גומלין של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אצל כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בבית האכסניא של הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו בוומסב"ג.
צווישן אנדערע האט ר' שלום יצחק געוויזן אינטערעסאנטע כת"י פון צדיקים וקדושים ובפרט מרבותיה"ק עצי התמרים זיע"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג יתרו חמשה עשר בשבט
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל הרה''ח ר' בנציון יצחק גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. ולבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ליפא ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יחזקי' טויב הי"ו (מאנסי). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 4:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד', ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חמשה עשר בשבט, פארן די קאמפאוט האט דער רבי געמאכט א ברכת העץ און טועם געווען פון טייטלען.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק לכבוד היום משולב מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות בשעת ווען רבינו שליט''א האט פאר א לענגערע צייט געלייענט א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה. דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די אתרוג און פארטיילט שיירי אתרוג פאר אלע בחורים. ברכהמ''ז : הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יחיאל מיכל מייזעלס הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי קאהן הי"ו, באולם כינור דוד. ר'' אליקים געציל פאללמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יעקב יוסף קרויס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר חיים הערש קאהן שליט''א - ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א. ב"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו. ב"ר מאיר יודא ארי' זינגער הי"ו (ב''פ).
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און עטליכע בחורים זענען אריין בקו''פ איבערצוגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש. דערנאך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א מרבני תוא"י בית שמש וחבר הביד"ץ עדה החרדית בעיה"ק ת"ו ע"פ אשתו הרבנית ע"ה.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר''ר יואל גאנדל שליט''א - הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א, באולם כינור דוד. ר' יואל ברמ"א כ"ץ הי"ו - ר' אלעזר קליין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 8:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 9:15. דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה''ג ר' אברהם יקותיאל יודא גראס שליט"א (ב''פ) - הרה''ג ר' יודא גרינפעלד שליט"א. ר' אשר ווייס הי"ו - ר' ישראל פריעדמאן הי"ו.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור ומסיבת לחיים לכבוד חמשה עשר בשבט, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם במעמד אלפי אנ''ש, דאס ביהמ"ד הגדול איז געווען אנגעפולט מן הקצה אל הקצה, און די מיטעלסטע טיש איז געווען הערליך אויסגעלייגט מיט ביימער פון פירות לכבוד חמשה עשר.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעורורות ונגוני שמחה. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן לחיים פארן ציבור לאלפים, און דערנאך משמיע געווען די ערשטן דב"ק מיט שטארקע דברי חיזוק מען דארף זיך לערנען פון א בוים, אינמיטן ווינטער זעט מען נישט גארנישט פון אינדרויסן, דאך איז חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות ווייל פון אינעווייניג האט ער באקומען א שרף, די זעלבע ביי א מענטש אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א פשוטע מענטש דאך זאגט מען אז פון אינעווייניג האט ער זיך געטוישט און ער איז געווארן בעסער.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און מען האט אויפגעגעבן פירות דער רבי האט געמאכט א ברכת העץ אויף א טייטל און טועם געווען פונעם אתרוג. דערנאך האט מען געזינגען 'אילן' נתחבר דורך הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, משב"ק, און הילד ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו האט פארגעזינגען חרוזים אויף 'אילן'. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען א צווייטע מאל דב"ק מיט לענגערע דברי אגדה לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז מסוגל אויף תורה און צו מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות פון אלע שבעת המינים, אוו דער רבי האט טועם געווען פון די מילגרוים, און מען האט פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבילד
כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
דינסטאגט"ז שבט תשפ"ג2/7/2023
באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א נאכן דורכגיין א לייכטע אפעראציע, עס האט זיך פארמירט א הערליכע ידידות'דיגע שמועס, און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט בשלומו, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 10:10 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום דינער הראשונה פון מוסדותינו הק' אין לינדען ניו דשערזסי, ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער וואס איז פארגעקומען אין 'אולם בראך', ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבני העיר שליט''א, מען האט געזינגען זמירות למלוה מלכה, און עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' בלינדען, דערנאך האט דער יו''ר הרב יצחק מאיר וואגשאהל שליט"א פארגעשטעלט די נזרי בוני המוסדות, און דער רבי האט איבערגעגעבן די פרסים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער. אויך האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה, און נאך די דברי תורה האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון אנ''ש תושבי לינדען ובפרט פון הגה"צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א וועלכע פירט די קהילה ווי עס פאסט פאר א סאטמארע קהילה ע"ד רבותינו הק', און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק', און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נדבנים, אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון האדמו''ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען פון די נחשונים פון די שטאט און שטייט בראש פון אלע רוחניות'דיגע חלקים איו שטאט, און מסיים געווען בברכת לרוב פאר די נדבנים, עסקנים, און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכ'ן דינער איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ''ד דקהלתינו אין שטאט און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט, אינעם ביהמ"ד און אין די מקוה, און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די גבאים איבער דעם לחץ זו הדחק פין די שווערע צושטופעניש פון די פולע מתפללים כ"י. פון דארט איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן און זיך אפגעשטעלט ביים שטח החדש ווי ס'וועט אי"ה ווערן אויפגעבויעט דאס נייע ביהמ''ד המפואר דקהלתינו הק'.
דערנאך ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה ודרוש, און איבער הרה"ק בעל עטרת צבי מ'זידוטשוב זיע''א און הרה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, האדמו''ר מקאסאן שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו. ארום 1:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' מאיר שלמה פילאפף הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסד בנות ירושלים עטה''ק, מען האט געענדיגט 7:30, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
אום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו חבר הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' מעכיל ניימאן שליט"א (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין וומסב''ג.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולא נחם אלקים דרך ארץ פלושתים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו, ברכהמ''ז : גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדא פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א פון א נסיעה צו הרה"ק החוזה מלובלין זיע''א אויף שבת שירה.
קה רבון עלם: הרב ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א (ב''פ), די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, און מען האט ממשיך געווען מיט בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה. מען האט געענדיגט 11:45.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד 9:30, רבינו האט איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה לכבוד שבת שירה און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתעוררות רב, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב גאנץ הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ.
עליות. כהן: החתן ב"ר יעקב פריעדמאן הי"ו - באווארפען, לוי: החתן ב"ר שלמה אפפעל הי"ו - באווארפען, שלישי: הרה"ג ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ וומסב''ג, רביעי: החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - באווארפען, חמישי: החתן ב"ר אהרן זאב שפיטצער הי"ו - באווארפען, שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו. ר' שמואל הערש שטערן הי"ו. ר' אברהם הערש הערשקאוויטש הי"ו. ר' וואלף גלאנץ הי"ו. ר' שלמה זלמן שווארץ הי"ו. ר' וואלף ברא''י לאנדא הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר שלמה בוים הי"ו - באווארפען, הוספה: החתן ב"ר יואל גאנדל הי"ו - באווארפען, אחרון: החתן ב"ר בנציון קליין הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו (ב"פ), גלילה: הר''ר יואל ב"ר אנטשיל גאנדל שליט''א.
מוסף הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו''ץ בקהלתינו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד 6:00, מנחה: הר''ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט''א (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), לוי: הגה''צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהילתינו מאנטרעאל, שלישי: הרה"ח ר' פנחס יודא ליכטנשטיין הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא ישראל את היד הגדולה' און געטייטשט אז די מצרים האבן מיט יעדע מכה בגלוי באקומען פינף מכות בסתר, אקעגן דעים וואס זיי האבן מכשיל געווען די אידן במעשים רעים איז געווען די עצם מכה, און די איבריגע איז געווען אקעגן וואס זיי האבן מכשיל געווען במחשבה, פון דעים דארף מען ארויסנעמען א מוסר די הארבקייט פון מחשבות רעות וואס דאס איז מעכב די גאולה, און טוהן א שלימות'דיגע תשובה בדיבור במעשה ובמחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום נח קליין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו (ב"פ), רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 8:20.