מיטוואךכ"ב אדר תשפ"ג3/15/2023
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די סעודת הילולא פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה במאנסי, באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דינסטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור, דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א, פאר הודו האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א, בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בדמעות שליש א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא און די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף יעדע איד עד סוף כל הדורות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע''י ביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה מאנסי סניף קנין תורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' נפתלי צבי סופר שליט"א ר''מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא, און געטיישטש אז ויקהל איז בגמטריא 'מקוה', ווען מען גייט אין מקוה דארף מען צומאכן דאס מויל און די אויגן און מ'דארף זיך אראפבייגן, דאס קומט זאגן אז מ'דארף האבן שמירת עינים און אכטונג געבן וואס מרעדט און מדארף האבן הכנעה, מען טאר נישט האבן קיין חציצה אויפן גוף, די זעלבע טאר מען נישט האבן קיין חציצה אויף די נשמה, און נאכגעזאגט פונעם מאור ושמש זיע"א אז דער רבי ר' אלימלך זיע"א האט איינגעפירט צו גיין אין מקוה, בזכות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א קען מען אראפקראצן די חציצה פון די נשמה און אפילו נאר דערמאנען די נאמען ווערט מען שוין הייליג, דאס וואס מען קען זיך נאך האלטן אין דעם ביטערן גלות איז נאר אדאנק זיין קדושה, און מסיים מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים מיט די נעמען פון די בחורים וואס האבן געלערנט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, און געבעטן אז דער רבי זאל זיי אינזין האבן, דער רבי האט געליינט די קוויטל און ווארעם אנגעוואונטשן.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:00, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז בעפאר אריינגעפארן קיין ב''פ און מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו ע"פ אביו הישיש ע"ה, און דערנאך געפארן קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער צו די לע-שאטאו זאל ווי עס איז פארגעקומען א כינוס התחזקות פאר חברי כולל בוקר בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן דער רב הביהמ"ד הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און בפרט פארן נדבן ופטרון הכולל הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פונעם ביהמ"ד ווי מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערנט, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 1:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א צו לאדענען רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו וואס קומט פאר מארגן אויפדערנאכט אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"א אדר תשפ"ג3/14/2023
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים כינוס התחזקות פאר חברי כולל בוקר בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
שוין אהנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט צום בנין המפואר דבית מדרשינו קהל יטב לב דסאטמאר
לינדען ניו דזשורזי יצ"ו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
לינדען ניו דזשורזי יצ"ו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מאנטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד.
ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.
ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

זונטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו.
ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו.
ב"ר יואל שעהר הי"ו.
ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג צייט ארום 2:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און היסטאריע פון סיגוט און טשערנאביל אינדערהיים, דער רבי האט מכבד געווען האדמו''ר מסקווירא מיט פירות און לחיים און מאציל ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן קאר.
דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות און די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט''א - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

שב''ק פרשת כי תשא שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים.
החתן יוסף לייב ב''ר שלמה אלי' ווייס הי''ו.
החתן שאול ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 8:10, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש:
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' שלום שטערן הי''ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יוסף צבי קריסלער הי''ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תשא את ראש בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' מאיר סימאן הי''ו, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''א אדר.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מיכל גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג), צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, מ'האט געזונגען מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי''ו (אויסטראליע) און הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יעקב פסח האפפער הי''ו (ב''פ). לוי: החתן ב''ר שלמה אלי' ווייס הי"ו - באווארפן. שלישי: החתן ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו- באווארפן. רביעי: החתן בן הר''ר אביגדור הערשקאוויטש שליט''א - באווארפן. חמישי: החתן ב''ר ליפא שטיינבערג הי''ו - באווארפן, שישי: החתן ב"ר משה אברהם שמעי' שאלאמאן הי"ו. שביעי: החתן ב"ר יואל שטיין הי"ו. הוספות: החתן ב"ר זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו. הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. אחרון: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו (ב"פ). הגבה דעם ערשטן ספר: הר''ר שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו.
מפטיר - קריאת פרה: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' בנימין משה כהן הי"ו.
ר' יחזקאל ברב"א ווערצבערגער הי"ו.
ר' הערשל ברא"ש סאנדל הי"ו.
הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו. גלילה: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין שליט''א.
מוסף: הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם פרייזלער הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 6:35. מנחה: הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' שלום שטערן הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זאת חקת התורה, ויקחו אליך פרה אדומה', און געטיישטש אז די פרה אדומה קומט מעורר זיין אידישע קינדער צו תשובה, הבא ליטהר מסייעין אותו אבער צום ערשט דארף זיין א אתערותא דלתתא, אבער ווי אזוי קומט מען צו עפענען כאטש א פתח כחודו של מחט, נאר מיט די כח פון צדיקים, ווען מען ליינט די פרשה פון פרה ליגט נאך די כח פון משה רבינו און פון די צדיקים פון אלע דורות און זיי העלפן צו זיך מטהר זיין פארן הייליגן באשעפער.
ידיד נפש: הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש. קל מסתתר: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו (אוסטראליע). שושנת יעקב הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה גדולה בבארא פארק וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש.