ברכות מזל טוב לידידינו הבה"ח נחום שמשון ב"ר חיים יוסף שווארטץ ני"ו משב"ק כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל שמחת אריסיו למז"ט עב"ג הכלה תחי' ב"ר אפרים פישל קיש הי"ו (ב"פ).
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן
נייעס
.
באריכט
נעכטן ביים גרויסן מעמד חנוכת הבית פונעם בנין החדש והמפואר בנין גאלדשטיין במוסדותינו הק' קרית יואל האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געהייסן בעפארן מעמד פארן נדבן הבנין הרבני הנגיד המפורסם ר' משה גאלדשטיין אז ער זאל ברענגן א נייע בגד -בבגדי שבת- און מאכן א שהחיינו ווי ר' משה האט ביים אנהייב פונעם מעמד זיך אויפגעשטעלט און געמאכט די ברכה שהחיינו בשם המלכות.
ביי די דב"ק האט די רבי געווינטשן לענגערע ברכות הקודש פארן נדבן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין און זיך אויסגעדריקט צווישן אנדערע אז "ער זאל זיין א גביר אדיר".
בילדמודעהמודעהנייעס
נייע סדר מניני שחרית בבית מדרשינו הגדול קרית יואל
מודעהמודעהבילדער · 2
ביי די ארבעט אויף די פלאמבינג באישון לילה.
בילדער · 2
די גרויסע טענק מיט וואסער אנגעגרייט פארן ציבור זיך צו וואשן די הענט.
מודעה
און פארזעצונג 'לפאר ולרומם בית אלוקינו' בית מדרשינו הגדול בקרית יואל האט מען נעכטן נאכט איבערגעמאכט די פלאמבינג אויפן אינטערשטע שטאק "באישון לילה" נישט צו שטערן די טעגליכע פארקער.
נייעס
פוסק הדור שר התורה כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א: מארגן ביום התענית ביי אבינו מלכנו (אין ארץ ישראל) זאל מען זאגן 'אבינו מלכנו "עצור" מגיפה מנחלתך', לאור די יעצטיגע שווערע מצב.
אבינו מלכנו עצור מגיפה מנחלתך
באריכט
ערשטמאליגער קאנפערענס מיט "באורד אוו רידזשענטס"
ערשטמאָליגער קאָנפערענס צווישן 'אַר-פּעק' און 'בּאורד אוו רידזשענטס' שטעלט אַראָפּ קלאָרע ליניעס ערשטע גרויסע טריט פון 'אר-פעק' איז בלויז א הכנה צו א מאסיווער אונטערנעמונג יהדות ניו יארק פאלגט נאָך מיט שפאנונג
ניו יארק – א קאלירפולער קאנפערענס וואס איז פארגעקומען דעם דינסטאג ויגש צווישן עטליכע 'אר-פעק' פארשטייער בשם די עלטערן פון רבבות תינוקות של בית רבן, און די ניו יארק סטעיט 'בארד אוו רידזשענטס', איז אריבער מיט א אויסטערלישע שטארקייט און קלארקייט, און האט געעפנט א נייע וועלט פון שטאנדהאפטע און קלארע סטעיטמענט'ס צו די רעגירונג איבער די גאנצע נושא פון אונזער "רעליגיעזע עדיוקעישן". ווי שוין געמאלדן פארגאנגענע וואך, האט דער יהדות החרדית איבער ניו יארק אויפגענומען מיט גרויס פרייד דעם עפענונג פונעם וויכטיגן אר-פעק ארגאניזאציע, דער ארגאניזאציע וועלכע פארטרעט די עלטערן וואס שיקן די טייערע קינדערלעך אין די מוסדות התורה איבער ניו יארק, וועלנדיג ערציען ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא מיט די חינוך וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו מדור דור.
די נייעס איבערן עפענען פון אר-פעק איז אויפגענומען געווארן מיט שטורעמישע פרייד ביי אלע הורי רבבות התשב"ר, נאך וואס איז די לעצטערע עטליכע יאר טאפט מען אין די פינסטער זיך ספראווענדיג מיט א שווערע גזירה וואס איז אנגעברענגט געווארן אויף אונז דורך נידערטרעכטיגע מוסרים ומלשינים, און די זארג איבערן עתיד פון די הייליגע מוסדות התורה לאזן נישט נאך, פארשטערנדיג יעדעס ברעקל מנוחה פון די גדולי הדור וועלכע האבן אן אחריות'דיגער בליק אויפ'ן כלל, או אוודאי די באזארגטע עלטערן וועמען עס אינטערסירט נישט גארנישט אויף דער וועלט העכער ווי דער חינוך פון די צאן קדשים.
ווי געזאגט האט זיך 'אר-פעק' געגרינדעט דורך גאר ענערגישע עסקנים און כלל טוער, ארייננעמענדיג אין די באורד עלטערן פון קינדער וועלכע שטייען גרייט מיט א פולן מאס ענערגיע זיך ארויסצושטעלן אויפן פראנט און קעמפן פאר אונזער חינוך מיט אלע תכסיסי מלחמה וואס עס וועט זיך אויספעלן, נאכפאלגנדיג מיט א שטאב פון געניטע אדוואקאטן וועלכע געבן גאר פראפעסיאנאלע אנווייזונגען, און שטייען שוין אויך וואַך, גרייט צו א מעגליכע לעגאלע קאמף אין די העכסטע געריכטן.
שטייענדיג בלויז איין וואך נאכ'ן ספאנטאניש מעלדן די נייעס, קומט שוין די פרישע נייעס איבער דער ערשטער רינגעלע אינעם קייט פון פאקטישע פעולות דורך אר-פעק, א שריט וועלכע פארשפרעכט נאכצוברענגען נאך זיך פילע גרעסערע לייסטונגען.
אצינד איז געקומען די בשורה איבער א נארוואס פארגעקומענער היסטארישער ווירטואלע-צוזאמטרעף צווישן עטליכע באורד מיטגלידער פונעם פריש געגרינדעטן אר-פעק ארגאניזאציע, און די באורד אוו רידזשענטס וועלכע פארפיגט אויף די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט. נאכפאלגענדיג א גאר פראדוקטיווער ווירטואלער מיטינג וואס איז פארגעקומען מיט צוויי וואכן צוריק מיט די באורד אוו רידזשענטס, איז געקומען א באגער פון די לאקאלע סטעיט רידזשענט, אז זי וויל זיך פערזענליך טרעפן מיט די פארשטייער און עדיוקעיטערס פון די היימישע מוסדות אין אפסטעיט, און זיך נענטער באקענען מיט די חינוך וואס מען געבט ביי אונז, און דורכגיין פארשידענע פרטים וואס וועט העלפן ארויסקומען מיטן קלארן בילד איבערן היימישן חינוך.
די עסקנים האבן גענומען דעם באגעגעניש גאר ערנסט, זעענדיג דערין א געלעגנהייט צו קלארשטעלן אונזער אנטווארט צו די רידזשענט'ס איבער אונזער רעליגיעזע עדיוקעישן וועלכע איז אומבויגזאם, שטייענדיג אין די צייט וואס זיי גרייטן זיך אויסצושטעלן די נייע גיידליינס פאר אונזערע היימישע געגנטער. עס זענען געקליבן געווארן א צאל פארשטייערס וועלכע זאלן רעפרעזענטירן און פארשטעלן וואס מיר האבן צו זאגן.
מאנטאג איבערן טאג, א טאג איידער דער אסיפה האט געדארפט פארקומען, זענען די עסקנים אריבער צו גדולי ישראל און איבערגעשמועסט די פרטי הדברים וואס עס איז געפלאנט ארויפצוברענגען און וויאזוי עס איז געפלאנט פארצושטעלן דעם אמת איבער אונזער חינוך, און מען איז בכובד ראש אדורכגעגאנגען די פרטים, זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש קומט ארויס אפעקטיוו, קלאר און אויסגעהאלטן אויף הונדערט פראצענט.
נאך אפאר מינוט וואס מען איז געזעצן און אויסגעשמועסט געוויסע נושאים און געענטפערט אויף אלע שאלות וואס דער סטעיט רידזשענט האט געהאט פארצולייגן, אויסקלארענדיג דערביי מערערע דעטאלן וואס זענען ביז היינט נישט געווארן קלארגעשטעלט מיטן גאנצן קלארקייט פאר די פאליטישע פערזענליכקייטן, האבן די עסקנים אויפגעוויקלט א שלל מיט דאקומענטארישע חומר וואס איז פון פאראויס צוגעגרייט געווארן ווירטואל, דאקומענטן און פאלדער'ס וועלכע שטעלן פאר אויף א גאר רייכע פארנעם אלעס ארום אונזער חינוך, מיט פאקטישע קלארע באווייז וואס און וויאזוי אונזערע קינדער ווערן ערצויגן און וויאזוי די סדרי הלימוד גייען צו ביי אונז, און פארוואס מיר זענען נישט אפן פאר קיין שום טויש.
צום ערשט האט מען פארגעשטעלט פארן סטעיט רידזשענט די פאקטן און די מהלך וויאזוי אונזערע לימודים זענען אויסגעבויט, און אן אריינגיין אין קיין הייקעלע ווערטער-אויסטוישן איבער די לעגאלע שטאנדפונקט פון אונזערע לימודי קודש – וועלכע קענען ציען א שטריך צו פשרות און געהער נישט צו לאזן הערן פאר דעם בארד בעת כזאת – האט מען גאר שיין און שטארק אראפגעשטעלט דאס אז אונזער חינוך איז אזוי אויך גאר גוט, און איז אייגנטליך אפילו נאך בעסער ווי דאס וואס דער רעגירונג פארמאגט.
דאס אויסשמועסן אליינס האט געהאט גאר א טיפער אפקלאנג, ווען מען האט גענומען א נייעם שארפן דירעקציע פון 'אריינגיין אין די פרטי פרטים', און עפענען זייערע אויגן אז דער גאנצער גזירה איז געבויט אויף א לופטיגער באלון נאך וואס ביי אונז ווערן די קינדער גאר גוט נתחנך אפילו אָן אלע לימודי חול, און עס האט זיך קלאר אנגעזען אָן קיין צווייפל אז דער שפראך, און קלארקייט וואס האט איר באגלייט, האט 'גערעדט ווערטער' און איז דערהערט געווארן אזויווי מען האט געוואלט עס זאל דערהערט ווערן.
דערנאך האט מען פארגעשטעלט דעם 'אינו דומה שמיעה לראיה', ווען מען האט ארויפגעברענגט ווירקליכע מאטריאל ווי בחינות, רעפארט קארדס, צעטלעך פון לימודים, און נאך פארשידענע דאקומענטן פון אלע אספעקטן וואס ווערן באנוצט אינערהאלב אונזערע מוסדות התורה, און מיט דעם איז גאר קלאר און רייך ארויסגעברענגט געווארן וואס ווערטער קענען נישט אויפקלערן, ווי שטארק, און ווי מלא תוכן און יסודות פארן לעבן, אונזער חינוך איז. ווי ערווארטעט האבן די אויפקלערונגס רייד – אין צוגאב צו די בייגעלייגטע מאטריאל – גאר שטארק איבערגענומען די סטעיט רידזשענטס באאמטע, וועלכע האבן זיך דערויף אויסגעדרוקט מיט אויסטערלישע התפעלות, זאגנדיג אז דער מיטינג איז פאר זיי געווען אן אויסנאם פראדוקטיווער, צולייגנדיג קלאר אז 'דא זענען געווארן ארויסגעברענגט זאכן וואס אין די פאליטישע קארידארן איז עס נאך קיינמאל נישט געהערט געווארן'(!).
דורכאויס דעם גאנצן מיטינג זענען די עסקנים געזעצן געשפאנט איינזעענדיג פון מינוט צו מינוט אלס מער און מער דעם וויכטיגן נחיצות וואס האט געשטעקט אינעם אפירקומען מיט דעם מהלך פון איבערוויייזן אז אונזער חינוך איז גאר גוט, ווען ביי יעדע פרישע נושא אדער דאקומענט וואס מען האט ארויפגעברענגט אויפן טיש האט זיך קלאר דערקענט אז דאס ווערט אויפגענומען ווי א אויפבליצנדער חידוש, ווערנדיג דורכגעקוקט גרונטליך און גאר דעטאלירט, און די אימפאקט דערפון האט געשיינט צו זיין גאר א שטארקער און ווירקזאמער, בס"ד.
שטייענדיג יעצט גלייך נאך וואס דער אסיפה האט זיך פארענדיגט, הערט מען צוריק פון אלע באטייליגטע און פון די ראשי עסקנים וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם, די גרויס צופרידנהייט און גוטער געפיל ארויסקומענדיג מיט אזא פראדוקטיווער הצלחה, ווען אלע געבן אן אז די סוקסעס פונעם צוגאנג איז געווען למעלה מן המשוער, און מיט פרייליכע געמיטער מעלדן די געטרייע שליחים פון כלל ישראל פאר שלומי שמוני ישראל, אז מיר זענען אויפן וועג צו ברענגען ווייטערדיגע פארשריט גאר אינגיכן.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
מודעהבאריכט
פארגאנגענעם מוצ"ש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קובע מזוזה געווען אינעם נייעם ביהמ"ד סלאטפינא אינעם הויז פון הרב בנש"ק אשר ישעי' הורוויץ נכד הגה"ק מ'סלאטפינא זצ"ל. די רבי האָט געפּראַוועט אַ לחיים, און עס איז פאַרפירט געוואָרן אַ שמועס פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע און זיין איידעם דער סלאטפינער רב. און געגעבן ברכת הקודש.
אויך האָט די רבי קובע מזוזה געווען אינעם נייעם הויפּטקוואַרטיר פון "ביקור חולים", אינעם בלומינגגראוו געגענט בגלילות קרית יואל. אויך דינט דער לאָקאַל פאר אַ רעהאַביליטאַציע היים. די רבי האָט זיך אומגעקוקט אינעם לאָקאַל און געהערט אַ באַריכט פון די עסקנים, און געגעבן ברכת הקודש.
נעכטן אויפן וועג ארויס פון ישיבה האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויסגעדריקט במליצת לשונו איבער דאס אז די מדינה הטמאה גייט שוין צום פערדן מאל צום בחירות "אז סוואלט ווען געווען א פאסיגע צייט צו מאכן די בחירות אויף פורים.. ס'וואלט געווען א גוטע פורים שפיל..!!"
אנ"ש צייכענען צו אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאס שוין פאראויסגעזאגט "כטוב לב המלך ביין" ביים משתה יין טיש פורים תש"פ. "..ס'איז שוין געווען 3 מאל וואלן -און 1 יאר 3 מאל און סאויסזיכטן די פערדע מאל.." "חכם עדיף מנביא"
מודעהבילדער · 4
די רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידי הישיבה און די געטרייע חברי הנהלת הישיבה.
בילדער · 6
שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה
בילדער · 4
די רבי ביי אמירת ההלל וקריאת התורה.
בילדער · 4
זאת חנוכה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין ישיבתינו הק' שיעור ד'
די רבי ביים לייגן תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים, און ביים מסיבת לחיים מיט די בחורים.
בילדנייעס
מזמור שיר חנוכת הבית היינט קומט פאר די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פאר 16'טע בנין במוסדותינו הק' קרית יואל 'בנין החדש והמפואר בנין גאלדשטיין' אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי די רבי וועט דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די 8'טע סניף פון די ישיבה קטנה 'סניף דברי חיים' און דערנאך קובע מזוזה זיין און אפרעכטן די מסיבת לחיים פתחו לי שערי צדק!
נייעס
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' משה טייטלבוים רב ביהמ"ד בית שמואל בנימין ק"י בן הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ויואל משה חתן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א נין כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג שלמה זלמן הורוויץ בן הרה"ג נפתלי חתן הרה"ג רבי נתן דוד ראזענבערגער אב"ד גמזו.
מודעה
דינסטאגז' טבת תשפ"א12/22/2020
מודעה
הופיע!! ספר הק' "ייטב לב" עם מפתחות -ארויסגעגעבן דורך נכד המחבר מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בפקודת קדשו של זקנו רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה. קחו ברכה אל בתיכם!!
נייעס
גרויסע קאמפיין "לבנות" קומט פאר אין דעי טעג פאר תושבי קרית יואל צו קויפן א "חדר" אינעם נייעם בנין הת"ת און דערמיט זיך אוועקלייגן א "שבת'דיגע דירה" פארן עולם העליון. דאס קומט נאכן קריאת הקודש פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם מוצ"ש וישלח ביים גרויסן דינער לטובות די מוסדות. "לבנות את ביתו ואת ביתו אחריו"
מודעהמודעהמודעהמודעה
מאנטאגו' טבת תשפ"א12/21/2020
בילדער · 2
נאך פונעם מעמד שריפת הפתילות.
נייעס
שב"ק איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די שלום זכר פאר ב"ר אלחנה טויב -ק"י וב"ר דוד זכריה ראטה -ק"י וב"ר יואל ב"ר מרדכי האלפערט -ק"י