בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"ג טבת תשפ"א12/28/2020

נייעס
אנ"ש ווערן געבעטן מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים פאר די השתדלות וואס ווערן געטוען אין די יעצטיגע טעג לזכות הרה"ח ר' שלום ווייס הי"ו נדבן בנין מבצר הכוללים בק"י שיצא מאפילה לאור גדול נאכן שמאכטן יארן לאנג אין תפיסה.

עס איז דא גרויסע אויסזיכטען אז אין די קומענדיגע טעג זאל מען הערן גיטע בשורות אז ער זאל באפרייט ווערן דורכ'ן פרעזידענט טראמפ יר"ה. נעמט ארויס א תהילים און רייסט אן לזכות הרה"ח ר' שלום בן לאה. השתדלו והרבו תחינה!!
נייעס
ברעקינג! אלע תפילין לייגען'ס, סנדקאות, זמני כניסה ביי זלמן איז געקענסל"ד (פארוואס לאכסטו?)
מודעה
קרן הבנין אפדעיט פונעם מולטי-מיליאן דאלארדיגע פראיעקט 'לפאר ולרומם בית אלוקינו' דעם "בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"
בילדער · 4
ביי די ווייטערדיגע ארבעט הערליך איבערצומאכן די הויפט קארידאר אין די אונטערשטע שטאק פון ביהמ"ד הגדול

זונטאגי"ב טבת תשפ"א12/27/2020

נייעס
סאו זלמן גייט קאלן ווינטשן דעם רבין גוט שבת?..
נייעס
דעי וואך איז די לעצטע וואך פון זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איידער די רבי וועט אפרייזן די קומענדיגע וואכן אויף מנוחת הנפש
יום א' ב' ד' ה' בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע אויף איהעל קט. אין קרית יואל. יום ג' אין וומ"ס בביתו נאוה קודש פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט.
פוילטס אלס גוטס!!
בילדער · 2
ביי די ארבעט אין די אונטערשטע שטאק פונעם נייעם דרום פליגל ווי עס ווערט צוגעלייגט צענדליגע נייע ביהכ"ס.
בילדער · 2
פיבערהאפטיגע ארבעט ביים איבערארבעטן חרד עקשטיין אין ביהמ"ד הגדול.
בילדער · 4
ביי די ארבעט הערליך איבערצומאכן די הויפט קארידאר אין די אונטערשטע שטאק פון ביהמ"ד הגדול.
בילדער · 3
ווייטערדיגע פארשריט 'לפאר ולרומם בית אלוקינו' דעם 'בית גדול וקדוש' "בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"

ביי די ארבעט צו פארענדיגן די פראכטפולע לאבי ביים נייעם דרום פליגל.
בילדער · 3
ווייטערדיגע פארשריט ביי די בוי ארבעט ביי די נייע תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע אויף 12 איהעל קט. אין קרית יואל
באריכט
נעכטן מוצ"ש איז פארגעקומען א רייכע מלוה מלכה מצדיקי הרבים "אסיפת מלמדים" פאר אלע מלמדי מוסדותינו הק' בקרית יואל אין די זאלן פון בית רחל פארדייס בראשות די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל גורעלניק שליט"א דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די מלמדים ודברי שבח פון די קרית יואל'ע מוסדות און אירע פירות און די שבח פון די מלמדים -צווישן אנדערע האט די רבי דערמאנט א מעשה פון הרה"ג הישיש ר' מרדכי הערשקאוויטש מלמד תשב"ר במוסדותינו הק' ק"י ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער טיט, האט ער געזאגט אז ער איז א דימאנט שלייפער, ער האט 25 דימאנטען!! און דאס דארף יעדע מלמד וויסן ער האט 25 דימאנטען אין חדר!! דאס מיינט אז אין תלמיד תורה אין ק"י איז דא 5,000 דימאנטען!!!- און געווינטשן שטארקע ברכות קדשו.
"ומצדיקי הרבים כוכבים"
מודעה
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!
נייעס
שב"ק איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי
ר' יואל בר"ה מיטלמאן
ר' שמואל שטיין
ר' שמואל הערש קעסלער
ר' נטע ווייס
ר' אליעזר מאיר סאמעט
ר' יעקב קרויס
ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש
ר' יושע נחמן כ"ץ
ר' פנחס נחמן ברי"מ גלויבער.
נייעס
דעי וואך שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
הגה"צ ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מרבני קהלתינו הק' אנטווערפן
הרה"ג ר' יושע זרח געצלין ראש ישיבת תורת אליהו מעקסיקא
הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש.

פרייטאגי' טבת תשפ"א12/25/2020

בילדער · 3
בבית אלוקים נהלך ברג"ש
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן וועג צום ביהמ"ד אין די שניי
ווייז פריערדיגע טעג