בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגה' סיון תשפ"ג5/25/2023

נייעס
בנין האדיר בית המדרש הגדול דקרית יואל יצ"ו מיט אלע אירע היכלים, 4 צוגעלייגטע גאלעריען, און איבערגעפולטע פארברייטערטע עזרת נשים, פולקאם צוגעשטעלט מיט אריבער 9000 זיצן לכבוד יו"ט, צו די רבבות אלפי אנשי שלומינו ובית יעקב אלו הנשים, הבאים להסתופף בצל הקודש אויפן זמן מתן תורתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג נשא א' ערב יו"ט שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם וואלף מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף בנציון רייך ע"ה.

אום 6 אזייגער נאכמיטאג האט רבינו שליט"א אויפגענומען א גרויסן טייל געסט מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פליען להסתופף בצל הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' חזקי' ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויף די גאלעריען וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום מעגליך פון די טויזענטער הבאים להסתופף בצל הקודש אויף יו"ט שבועות.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק פישער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אז די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה איז נאר דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו באטייליגן ביים מעמד עסק התורה פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה פאר די בחורים פון אלע סניפי המתיבתא און איז געהערט געווארן דורך א לייוו הוקאפ לאלפי התלמידים דישיבותינו הקדושות די בכל אתר ואתר, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די קירבה יתירה וואס כלל ישראל האט זוכה געווען ביי מתן תורה איז נאר געווען וויבאלד די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און נישט געפרעגט קיין קשיות, יעדע דור האט זיך זיין יצר הרע און זיינע נסיונות, די היינטיגע נסיון איז די נייע טעכנעלאגיע וואס ווערט אנגערופן "עי איי" דאס איז א טעלעפון ווי מען קען אריינרופן אין רעדן מיט א משיב, און געזאגט 'א איסור גמור אנצורופן דעם טעלעפאון, און צו רעדן צו דעם טעלעפאון נאמבער, חלילה נישט רעדן מיטן ס''מ אליינס', און מסיים געווען אז בזכות מצוות שב ועל תעשה וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין און כל טוב סלה. דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 3:30.
ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר ת"ת החדש 'בנין קליין' צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע"נ הר''ר עקיבא צבי גאנץ ז''ל מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15, און מעריב אום 11:40 און נאך מעריב געציילט די לעצטע ספירה ברשפי אש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה''ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב מאיר נפתלי קאהן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל, וואס די היכל הישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, וע''ש נקרא דער היכל הביהמ''ד 'היכל בית אהרן' לע"נ חותנו הבעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק הכנה ליו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר מאיר ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר אנגעטוהן דעם קאפל און די ציצית און געוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים און איבער הרה"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען ב' סיון, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

נאכמיטאג ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו צום סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך בני וחתני הר"ר מאיר יוסף רובין ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים מבני המשפחה, און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג אום 8:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אהרן ברד"ש עקשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד הנשגב 'הדר קבלוה' ללימוד התורה
בבוקרו של יום ב' דחג השבועות הבעל"ט
בפקודת הקודש של כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר השיירות בחג השבועות הבעל"ט
בתוככי עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ"ו
להסתופף בצל הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
בנה ביתך כבתחילה וכונן מקדשך על מכונו

הונדערט פראצענט פון ארגינעלער "סיגוט'ער שוהל-הויף" פולקאם צוריק אונטער אידישע בעלות בעז"ה.

שטאטראט פון שטאט סיגוט באשטעטיגט צוריק צו פארקויפן לעצט-פארבליבענער שטח פון ארגינעלן שוהל-הויף וואס האט געדינט ביז היינט אלס א שטאטישע שפיל-פלאץ אויפ'ן בקשה און פארלאנג פון מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרישע בנינים מפוארים וועלן אי"ה אויפגעבויט ווערן על אדמת קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פאפולערע 'היימשטאט' אויסגאבע פונעם עיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל', ערב חג השבועות תשפ"ג לפ"ק.

מעלדט מיט עקסטאז פריידיגע פלענער צו פארדאפלען דעם בנין האדיר תל תלפיות 'בית המדרש הגדול קרית יואל' צו א בנין ענקי פון 300,000 סקווער פוס.

עקזעסטירענדע בנין האדיר, צוגערישט צום געהויבענעם יום טוב שבועות בצל הקודש - בהיכל ביהמ"ד מיט די 4 צוגעלייגטע גאלעריען און אין די עזרת נשים - מיט 9400 זיצן בליעה"ר, גרייכט צום מאקסימום, און איז אויסגעוואקסן און צר מהכיל די רבבות אלפי אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל קדשו פון רבינו הגה"ק שליט"א.


Https://preview.heimshtut.com/aH3PWz4WPhRNUBUE8ZYdax



▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
preview.heimshtut.comנשא א' תשפ
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ציילן די 49'סטע ספירה, היינט נאך תפילת מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךד' סיון תשפ"ג5/24/2023

מודעה
הנהלת הקהלה והמוסדות בארה"ק מקדמים בברכה הגה"צ רב דקהל עצי חיים סיגוט שליט"א וואס איז געפארן בשליחת הקודש פירן דעם יו"ט שבועות הבעל"ט בקרב קהלתינו אין בני ברק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
חג השבועות שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
טבילה במקוה באשמורת הבוקר בחג השבועות, והמסתעף
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 שבועות תשפ''ג חו''ל12.2 MB
אוידיאו
נעשה ונשמע!

דברות קודש בענינים העומדים על הפרק מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לאלפי התלמידים דישיבותינו הקדושות די בכל אתר ואתר

יום ד' בשבוע שחל בו חג השבועות - בהיכל המתיבתא הק' סניף ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 7:10⬇ אראפנעמען 3.4 MB
מודעה
שמעו דבר ה'! כ”ק רבינו הגה”ק שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש פאר תלמידי המתיבתא היינט 3:15 בהיכל מתיבתא סניף ברך משה.

אזוי אויך וועט די דב''ק געהערט ווערן דורך א לייוו הוק-אפ בישבתינו הקדושות איבער די וועלט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
שוין אהנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט ביים בנין בית מדרשינו המפואר אינעם נייעם הערליכן ישוב לינדען יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג