בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ג סיון תשפ"ג6/2/2023

באריכט
פרייטאג ערש''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברז"ל גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' ישראל דוב רייך הי"ו.
ב"ר משה וויינבערגער הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל קליין הי"ו.
ב"ר יואל איצקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב ב"ר מענדל פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל ב"ר משה אביעזר ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל שעהנברוין הי"ו - ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שלמה גבריאל סעבא הי"ו - ר' משה כוואן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א הרב מ'צאנז קר"י - הרה''ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים קר''י בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די געהויבענע מחותנים און פאר חתן וכלה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר הלל אלימלך שפיטצער הי"ו.
ב"ר שמואל ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז אריין בקו'''פ הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו און לאדענען צו די שמחת החתונה פון בתו וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה הערש ברוין הי"ו - ר' זלמן לייב דאנציגער הי"ו (מאנסי), באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב קאפיל סימאן הי"ו - ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ב סיון תשפ"ג6/1/2023

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת נשא שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ברכת כהנים ונשיאות כפים בזמן הזה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 נשא תשפ''ג חו''ל-18.5 MB

מיטוואךי"א סיון תשפ"ג5/31/2023

באריכט
דינסטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברוך פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלטר אינדיג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג', פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר יו''ט עפשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרב הגאון ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א מרבני קהלתינו בבני ברק, וועם דער רבי האט געלאדענט מיטצוקומען און אנגעוויזן דעם גאנצן סדר אינעם בית השחיטה מיט די פילצאליגע חומרות והידורים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו בבית חותנו הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

אום 12:15 איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף יו"ט שבועות בקרב קהלתינו הק' בבני ברק בשליחות הקודש, און איז נארוואס אהנגעקומען צוריק אהיים, ווי ער האט איבערגעגעבן הערליכע באריכטן און גריסן פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, און פון ירושלים עיה''ק און בית שמש, און די הצלחה פון די תלמידי המוסדות וואס דער רב שליט"א האט פערזענדליך פארהערט אויף די לימודים. ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א פריסת שלום פונעם פוסק הדור ומרא דארעא קדישא כ''ק ראב"ד ירושלים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי' סיון תשפ"ג5/30/2023

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף די וועכנטליכע באזוך אין בית השחיטה המהודרת אין באגלייטונג פון הרב הגאון ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד הכנה דרבה אול"י ערב יו"ט שבועות פאר די אריבער 100 תלמידי ישיבתינו הק' אין בני ברק, בהיכל בית מדרשינו זכרון מאיר, בראשות הגה''צ אב"ד סיגוט שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
שמחת קישור החיתון פון הכלה נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בת חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אליעזר ניסן פאגעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון אלעזר בערגער הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א בן האדמו''ר מקאזלוב מאנסי שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור נכד רביה''ק זיע''א בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד סאסוב ב"פ, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: האדמו''ר מקאזלוב שליט"א, ברכות: הגה"צ אבד''ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל פנחס מרדכי.

נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב חיים יעקב רוקח שליט"א און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק טערצאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און רבינו האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מיט די הרחמן'ס מכבד געווען די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה בר"א סימאן הי"ו - ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו (וומסב''ג) - ר' אשר מענדל כהנא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:40, און מעריב אום 12:30.

נאך מעריב ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט התרגשות איבער דעם וואס מען האט היינט געשניטן די ווייץ אין אריזאנע לקראת יו"ט פסח תשפ"ד הבעל"ט, און ארויסגעברענגט די פילע הידורים פון די היינטיגע ווייץ, מצות, און שחיטה.
מ'האט געמאכט די קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, און טעלעפאניש אנגעוואונטשן פארן זיידן גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און פאר די שוועסטער הרבנית הצ' תחי', אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 12
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פארגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל אירוסי נכדתו הכלה ב"ק תחי'
בת חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א
בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א
רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג.
בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א
וחתן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ''ל
דומ''ץ קרית ויואל משה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג