מעמדי התעוררות ובקשת רחמים וההדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לקהל אנשי שלומינו תושבי ארה''ק ת''ו
זונטאג נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה ע''פ רחבת תולדות אברהם יצחק באתרא קדישא מירון, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש פון גאנץ ארה''ק.
מען האט געזינגען א לענגערע צייט שטייטע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב אלעזר טייטלבוים שליט''א, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען נאך 3 חאלאקעס פון אנ''ש, נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.
מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה.
דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק.
דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער אנ"ש אחים לדעה תלמידי וחסידי מרן רבינו שליט"א מרחבי ארה"ק טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי. נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'.
נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה.
דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק' אין וומסב"ג. תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאובאריכט
זונטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יצחק לעווי הי"ו. ב"ר שלמה נתן נטע מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל ברי"צ ווערטהיימער הי"ו. ב"ר יואל ניישטאדט הי"ו. ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. ב"ר יואל דאנא הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי כתה א' במוסדותינו הק', וואס איז פארגעקומען בבנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אויף טשערי לעין.
דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 2:00, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן געזונגן חרוזים לכבוד המאורע, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות קודש פאר תלמידי המוסדות וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו ובנו הרה"ח ר' משה ארי' הי"ו האבן געקויפט א כתה בבנין הת"ת החדש במוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו צו די מעמד 'קביעות מזוזה' פאר די פערטע בנין התלמוד תורה החדש מיט צוועלף פרישע קלאסן, דער רבי איז אנגעקומען אום 3:45 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, אלע נייע איינריכטונגן און הרחבת גבולי הקדושה. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן קומען אונטערשרייבן די שטרות מיט רבינו שליט''א.
פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג צו די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם ריזן דארמיטארי בנין וועלכע וועט אקאמאדירן אריבער פיר הונדערט מיידלעך, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המחנה, און דערביי דערציילט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די באזוכן אין קעמפ. אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף זען אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן גארנישט פון אידישקייט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס רביה"ק זיע''א האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 5:45.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די נייע פראכטפולע איי שאפ לאקאל אין סאוט פאלסבורג, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושותפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט פארציילט פארשידענע מעשיות פונעם הרה''ק הדברי חיים זיע''א, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים. ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י. פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי''ו - ר' אלחנן טויב הי"ו, באולם כינור דוד. ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - ר' שמחה כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון פילמאר גארדנס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך חבורת עזר התורה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די מסיימי החבורה און פאר אלע נייע מתחילים וועלכע הייבן אן לערנען אין די חבורה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:50, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יצחק דוד שווארץ הי"ו - ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושתפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו אין די סאוט פאלסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די חנוכת הבית וקביעות מזוזה פארן נייעם דאמעטארי בנין אין מחנה בית רחל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די חנוכת הבית וקביעות מזוזה פארן פערטן בנין התלמוד תורה החדש במחנה רב טוב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים: החתן אברהם יצחק בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א, מו"ץ. החתן שבתי ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו. החתן איתמר טובי' ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:45, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו יו''ר מרכז עזרה ויעוץ.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: די בחורים נכדי כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מ'וויזניץ זצ"ל, און דער רבי האט געהייסן זינגען די וויזניצער מנוחה ושמחה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח קרח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שלוחא דרחמנא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, ברכהמ''ז: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק הברוך טעם זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ז' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמעון דיימאנד הי"ו (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה יוסף לאנדא הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
עליות. כהן: החתן ב"ר חיים משה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו. שלישי: החתן בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - באווארפן. רביעי: החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפן. חמישי: החתן ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - באווארפן. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי. ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו. ר' אברהם לעווי הי"ו. ר' בנימין לעווי הי"ו. ר' יושע שווארץ הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפן. הוספות: החתן ב"ר יונה גוטמאן הי"ו. החתן ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו. החתן ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו. הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ. אחרון: הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. מפטיר: הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א (מאנסי). הגבה: הרה"ח ר' ישראל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
מוסף:הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יצחק טירנויער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחר למשה מאוד ויאמר אל ה' אל תפן אל מנחתם', און געטייטשט אז סאיז דא ד' חילוקי כפרה און אפילו עס העלפט נישט תשובה אליין אבער תשובה אינאיינעם מיט תפילה העלפט אלעמאל, אבער דאס איז נאר אויב מען פירט זיך בענווה וואס דעמאלטס דאווענט דער אייבערשטער מיט מיטן מענטש, אזוי אויך אויב מען איז נזהר אין טבילה במקוה פארן דאווענען וואס דעמאלטס איז דא השראת השכינה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגו' תמוז תשפ"ג6/25/2023
בילדער · 6
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בביקור גומלין אצל כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בבית האכסניא פון הרה''ח ר' חיים טאגער הי"ו בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן היינט בקרב מוסדותינו הק' בבית שמש יצ''ו. צום ערשט האט דער רב שליט''א באזוכט ביי די תלמידות בית רחל. דערנאך אין תלמוד תורה ווי דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א מנה"ר מוסדותינו הק' בית שמש, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילד
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף אן אסיפה און פת שחרית בבית הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו יו''ר קהלתינו ומוסדותינו הק' בבית שמש יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביי תפילת שחרית היינט זונטאג בבית מדרשינו אויף רח' אוהל יהושע בבית שמש יצ''ו.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א ביי תפילת שחרית פרייטאג ערש''ק אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק
פארן דאווענען איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ביי די סדר הלימוד און ארום צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה''ג ר' יהושע קליין שליט"א, דער רב האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי תורה והדרכה, און דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן דאנערשטאג אין די קלענערע כתות בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
אויף די פולע נאכפראגע פונעם ציבור וואס ווילן מיטהאלטן די פרטים פונעם געהויבענעם שב"ק בארה"ק בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע איז געפארן מחזק זיין אנ''ש בארה''ק בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, לייגן מיר ארויף א באריכט און בילדער פונעם געהויבענעם שבת.
השבת נועם הנשמות, והשביעי עונג הרוחות
גאר א געהויבענעם שבת התאחדות איז אריבער בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לחיזוק אנ''ש תושבי ארה''ק ת"ו. די תפילות שב''ק איז פארגעקומען אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד בהיכל הטיש'ן שע''י ביהמ''ד וויזניץ ירושלים וועלכע האבן אויך אוועקגעגעבן די פריוואטע מקוה און שטיבל להצלחת השבת, די ביהמ''ד איז געווען מלא על כל גדותיו פון כלל אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק, אויך האט זיך אנגעזעהן א ריזיגע קבוצה פון אריבער 50 ראשי ונכבדי קהלתינו הק' בבני ברק און א שיינע קבוצה פון ראשי ונכבדי קהלתינו הק' בבית שמש, אזוי אויך זענען געקומען אויף שב''ק א גרויס חלק פון תלמידי ישיבתינו הק' בבני ברק.
ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן איז פארגעקומען א אסיפה ביי הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א מיט אלע דייני קהלתינו הק' ווי מען האט דן געווען און אויסגעשמועסט אסאך דיני הוראה.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יעקב מנחם ניילינגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בירושלים.
דער ריזן ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן אויך האט זיך אנגעזעהן א גרויסע ציבור תושבי ירושלים וואס זענען געקומען שלום נעמען.
סעודות ליל שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן בבית האכסניא אינאיינעם מיט די מקורבים און די בני המשפחה, צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו פון וויען.
ארום 12:00 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צו די באטע וואס איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן א ריזין ציבור, מען האט געזינגען מערערע ניגונים. מיט די זמירות איז נתכבד געווארן. כל מקדש: הרה''ג ר' שלמה באנעט שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' בירושלים, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ובקהלתינו הק' בירושלים.
במשך די באטע האט דער רב שליט''א מערערע מאל משמיע געווען פנינים יקרים אויף די פרשה.
קה אכסוף: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא מדזיטשוב שליט''א, מה ידידות: הרה''ח הישיש ר' נחמן יאקאב הי''ו, דער רב האט פארגעזינגען רחם און נאך ניגונים לכבוד שב"ק.
עובדות וסיפורים האט דער רב דערציילט פון הרה''ק עטרת צבי מדזיטשוב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י''א תמוז, דער רב האט נאכגעזאגט פון אביו רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט געזאגט ו' אלול תשס''ז אין מירון אז דער יטב לב האט געשריבן אויפן עטרת צבי 'רבינו', און דער עטרת צבי האט זיך גערופן א תלמוד פון רבי שמעון בר יוחאי, במילא זענען מיר אונז תלמידים און מ'האב מיר א קשר צו רשב''י, ווי פאסיג איז ארויפצוגיין צו ר' שמעון אין די וואך פון די הילולא קדישא.
מען האט ממשיך געווען מיט די ניגונים, ברכהמ''ז: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א.
נאך די פירות האט מען ממשיך געווען בניגונים. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אליעזר פאלטשעק הי''ו גבאי בית מדרשינו זכרון מאיר בבני ברק.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט תפילת שחרית ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שמעון יואל בראך שליט''א דומ''ץ לעניני סתם דקהלתינו הק' בבני ברק. שחרית: הגה''צ אבד''ק שליט''א.
פתיחה: הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' ירושלים, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יצחק מנחם הירש שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בירושלים.
עליות. כהן: איש ירושלים הרה''ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי''ו - מען האט געליינט פון פרשת קרח ביז נאך כהן פון חוקת לכבוד די געסט. לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען). שלישי: החתן ב''ר אברהם הערש זינגער הי''ו - באווארפן. רביעי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א. חמישי: הרה''ח ר' משה זינגער הי''ו. שישי: הגה''צ אבד''ק שליט''א. שביעי: הרה''ח ר' מאיר גראס הי''ו. הוספות: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו מהנהלת קהלתינו הק' בירושלים. אחרון: נכד רבינו הרב אלעזר ט''ב שליט''א (לאנדאן). מפטיר: הרה''ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בבני ברק. הגבה: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו חבר הנהלת קהלתינו הק' בבני ברק. גלילה: הרה''ח ר' מרדכי געלבער הי''ו מנכבדי קהלתינו הק' בירושלים.
מוסף: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו יו''ר קהלתינו הק' ומוסדותי' בבית שמש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יואל ברי''א ווייס הי''ו (בני ברק). נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל די שמחת הבאווארפן פון בן הרה''ח ר' אברהם הערש זינגער הי''ו, דער רב האט קידוש געמאכט און געוואונטשן לחיים.
סעודות שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן אינאיינעם מיט די מקורבים בבית הגה''צ הדומ''ץ שליט''א. מיט די זמירות איז מכובד געווארן החתן הרב ישעי' רובין שליט''א המיול''ח חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א.
רעוא דרעווין
מנחה ושל''ש האט מען זיך געשטעלט ארום 8:15. מנחה הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנה''ר ישיבה קטנה בבני ברק, פתיחה: הרה''ח ר' אהרן צבי היילברוין הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בירושלים, כהן: הר''ר משולם שרגא בן הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו הק' בבני ברק, לוי: הרה''ח ר' יודא ארי' וויינבערגער הי''ו, שלישי: הר''ר יואל מייזעלס שליט"א, הגבה: הגה''צ אבד''ק שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אהרן מאיר ווייס הי''ו חבר מערכת משולחן מלכים בבני ברק.
דערנאך איז פארגעקומען די דערהויבענע שלש סעודות בהתעוררות בהשתתפות א ריזן ציבור אנ''ש. מיט די זמירות איז מכובד געווארן. אודה: הרה''ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בבני ברק, שיר המעלות: הרה''ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו חבר הנהלת קהלתינו בירושלים.
מען האט ממשיך געווען מיט מערערע ניגוני התעוררות, און דער רב האט משמיע געווען עטליכע מאל דברי תורה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אליעזר טעללער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ג ר' יואל שטערן שליט"א (בית שמש).
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' יואל ברוין הי''ו. נאך מעריב איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך און דער רב איז אהיים לבית האכסניא צו מאכן הבדלה.
אין די שפעטע נאכט שעות איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון ר' שמואל זנוויל פאגעל הי"ו אין באגלייטונג פון הרה"ח איש ירושלים ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו אלס הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען לטובה כוללנו ויואל משה וקהלתינו הק' ווי מ'האט ווארים פארברענגט בשבת אחים גם יחד און מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים פונעם כולל.