היסטארישע נייעס לכלל אנ"ש די בכל אתר ואתר ותושבי מאנטשעסטער יע"א בפרט, איבער די התרגשות'דיגע בשורה אינערהאלב דעם היכל התורה, ווען דער זכות שם ההיכל איז אפגעקויפט געווארן דורך עטליכע נגידים חשובים מהיושבים ראשונה במלכות, לכבודו ולזכותו פונעם מייסד היכלי התורה אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ועל שמו יקרא: היכל לב אהרן לכבוד קדושתו הרמה ולזכותו הגדולה.
והיו על לב אהרן בבואו לפני ה', ונשא אהרן את משפט בני ישראל על לבו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
הגה"צ ר' יהודא כ"ץ שליט"א אב''ד קהל ויצב אברהם מעלבוירן אוסטראליע בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז'.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יונתן בנימין העניג ע"ה, און דערנאך מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר''א גאלדבערגער הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יודא לייב ווייס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יודא לייב לאוב הי"ו - ר' יואל ברא"מ קרויס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א מגדולי המשפיעים בארה"ק וועלכע איז געקומען אויפטרעטן אלץ נואם הכבוד ביים סיום פון חבורת תורתך שעשועי אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער דעם דרך הלימוד אין ישיבות אינדערהיים, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן במתנה ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.
ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען מסכת מנחות צו מסכת חולין, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די לומדי החבורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 9:10 און מעריב אום 12:30.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יהודא כ"ץ שליט"א אב''ד קהל ויצב אברהם מעלבוירן אוסטראליע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין אוסטראליע אמאל אין היינט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ה', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת''ת צמח צדיק וויזניץ וומסב''ג, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה ילדי תשב''ר פון ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:55 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף הויז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האט איבערגעגעבן הערליכע באריכטן און גריסן פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק אנגעהויבן פון באזוך אין בני ברק און פון בית שמש און פון ירושלים און די דערהויבענע שבת התאחדות אין ירושלים עיה''ק וואס איז אדורך מיט א געוואלדיגע התרוממות, אזוי אויך פונעם געהויבענעם מעמד אין מירון. פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, ווי אויך האט דער רב שליט''א איבערגעגעבן א פריסת שלום פונעם פוסק הדור ומרא דארעא קדישא כ''ק ראב"ד ירושלים שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען קיין קרית יואל ארום 1:15 האט דער רבי מחדש געווען די לבנה אין שכונת ברך משה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי אין קרית יואל, אין די זאלן פון גינת קליין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט געדינט אלץ נואם הכבוד ביי די סיום פון חבורות תורתך שעשועי אין קר''י, בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט' תמוז תשפ"ג6/28/2023
בילד
דינסטאגח' תמוז תשפ"ג6/27/2023
ווידיאו
מעמדי 'במצוותיו חפץ מאד' הפרשת ראשית הגז ונתינת מתנות כהונה ופדיון פטר חמור ללומדי חבורת אברכים בהיכל כוללינו בלאנדאן, ע''י הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו, נעכטן מאנטאג בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד בקו'''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, היינט אין די פארמיטאג שעה'ן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
תלמידי כתה ט' ת''ת צמח צדיק וויזניץ וומסב''ג בקו'''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, היינט אין די פארמיטאג שעה'ן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי מסדר קידושין זיין ביי די חופה פון א אייניקל פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל, נעכטן אין לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
פאקטישע ארבייט אין פולן שוואונג ביים בנין בית מדרשינו ברך משה בירושלים עיה''ק, ווי דער ביז איצטיגער געבוי ווערט איינגעווארפן, גרייט צו מאכן דעם ריזן באדן צו די מלאכת הבנוי' פונעם בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותיה בעיה''ק.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א איז קובע א מזוזה אין א בנין פון מוסדות ביחד שע''י בית לפליטות דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין ירושלים עיה''ק, דערביי האט דער מנהל הרב חיים אלעזר ראזענפעלד שליט''א געוויזן פארן רב שליט''א אלע כתבי ידות פון גדולי ישראל לטובת בית לפליטות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זוך אומקוקן אויפן פראכטפולן ביהמ''ד און די מקוה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, און אנ''ש ביים שלום נעמען פון רבינו שליט''א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם חיים שימענאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר שמואל זאנוויל פרענקל הי"ו (מאנטרעאל). ב"ר מענדל פארקאש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ האט אפגעקויפט א זכות פון א בור הטבילה אין די מקוה טהרה החדש אין קר"י, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר צוויי נייע בורות אין די מקוה טהרה החדש, דער רבי איז א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קר''י שליט"א און די רבני וועד המקואות און די נדבני הבורות, און אנגעוויזן פארשידענע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט געווארן, און אזוי אויך איז דער רבי ארויף אויפן דאך פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די מי גשמים איינריכטונג. דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען הגאון הדומ''ץ שליט"א און די חשוב'ע רבנים און די נדבני הבורות הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו פון וומסב"ג.
דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען שפע ברכה פאר די נדבנים הי"ו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט קיין לעיקוואד ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די חופה פון א אייניקל פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל. ביים אנקומען קיין לעיקוואד איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו מנכבדי קהלתינו, און צום באשטימטן זמן אריבער צום לעיק טערעס זאל, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אורחים נכבדים וועלכע זענען געקומען צו פארן צו די חתונה, צווישן אנדערע איז געווען הגאון ר' שלמה קנייבסקי שליט"א ר"י קרית מלך בארה"ק, הגאון רבי בנימין (הצדיק) פינקל שליט"א משגיח בישיבת מיר בארה"ק, הגה"צ אבד"ק דזשיבאו שליט"א פון מאנטרעאל, און אזוי אויך האט דער רבי זיך ווארים באגריסט מיט הגאון רבי ארי' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, און נאך חשובע רבנים, נגידים און אישי הציבור.
דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרבני הנגיד ר' חיים הערש הי"ו פאר'ן חתן, מחותנים און די חשובע זיידע'ס ובני המשפחה.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט אנ"ש, ביים אנקומען פארענט פון ביהמ"ד האט אפגעווארט הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו אינאיינעם מיט די ראשי הקהלה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק', אזוי אויך האט אפגעווארט אין ביהמ"ד דער רב הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א. בעל תפלה: ר' מרדכי ב"ר נחמי' מארקאוויטש הי"ו. נאך מנחה איז דער ציבור אריבער שלום נעמען א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארום געגאנגן אינעם גאנצן בנין ביהמ"ד און די מקוה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה אין באגלייטונג פון הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, וועלכע האט ארום געוויזן די הרחבת גבולי הקדושה און די ווייטערדיגע פלענער אויפן עתיד. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן ראה''ק הרה''ח ר' ישראל וועלץ הי"ו און ראשי ונכבדי קהלתינו. ארום 9:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין קר"י.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 10:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.