בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגט"ו תמוז תשפ"ג7/4/2023

ווידיאו
גבאי קופת 'פקודת הקודש' - לטובת 'מוסדות קרית יואל', אינערהאלב די ישיבות קטנות בקר''י אינאיינעם מיט די בחורים וואס האבן אריינגעברענגט פון 1000 און העכער, בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו שתחי'
בן לנכדו הרב יואל מייזליש שליט''א
בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א
חתן הגה''צ ר' יושע לייפער שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ויהי זהב התנופה.. שלושים מיליאן דאלאר

נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָפוּ

א היסטאריש רייכע באנקעט איז פארגעקומען היינט יום ב' פרשת פנחס, לטובת דעם קרן הבנין פארן נייעם בנין האדיר תל תלפיות פון קהילתינו הק' ומוסדותי' אין ירושלים עיה''ק, וואס שטייט אונטער דעם נשיאות פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון דעם בונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד המפואר ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, נאכדעם וואס וואכן לאנג איז ער מיט די אנדערע פונעם וועד קרן הבנין ה''ה הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, הרבני הנגיד איש ירושלים ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, ארום געגאנגען על פתחי נדיבים מיט די פערזעדליכע באגלייטונג פונעם משב"ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. איז היינט געווען דער באשטימטער טאג וואס די פינף און דרייסיג אידן היושבים ראשונה במלכות סאטמאר, זענען געקומען זיך באטייליגן און גע'חתמ'ט אויף א שטר שותפות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א צו זיין א שותף אין דעם דרייסיג מיליאן דאלערדיגן בנין.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 7:30. א רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר א פראכטפולן פארנעם.

דער יושב ראש המעמד הרה''ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו האט ארויסגעברענגט אין קורצע טרעפליכע ווערטער די מטרת המסיבה און די היסטארישקייט דערפון, און דאן אויסגערופן דעם אורח הדגול הרה''ח ר' יששכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, וואס איז געקומען ספעציעל צו פליען צו די געהויבענע מסיבה, און האט איבערגעגעבן פארן ציבור דער מצב קהלתינו הק' ומוסדותי' ובפרט נאך די ביטערע שריפה וואס האט דארט באטראפן.

צווישן די דרשות און די הערליכע ניגונים זענען די נגידים איינציגווייז ארויף חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א.

דערנאך האט דער יו''ר אויסגערופן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א נסיעה בארה''ק ווי די רב שליט''א האט געפראוועט א שבת בעיה''ק. דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א גריס פון אנ''ש בארה"ק בכלל אין ירושלים עיה''ק בפרט און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שותפים האבן מיט'ן בויען דעם בית הגדול והקדוש. דער רב שליט"א האט עקסטערע ארויסגעברענגט לשבח די חברי וועד קרן הבנין החדש, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה ובמיוחד פארן משב"ק ר' חיים שלמה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט דער יו''ר אויסגעריפן און באגריסט די אלע נגידים וואס האבן שוין אינטערגעשריבן ביז יעצט און אויסגערופן הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז מקושר קיין ירושלים שוין לאנגע יארן און דערביי ארויסגעברענגט אז שוין יאהרן לאנג וואס ער דעקט דעם דעפיציט און צאלט די מארגעדזש פון די בנין וואס האט געהאלטן ביים פארפאלן גיין.

ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז באקאנט אלס א נאה דורש ונאה מקיים איז צום ערשט ארויפגעגאנגען חתמ'נען די חתימה מיט רבינו שליט''א און דערנאך אויפגעטרעטן און געפאדערט צו ארבייטן באחדות און אזוי ווי מען האט צוזאמגעשטעלט דא געלט פונעם גאנצן עולם אלע אינאיינעם, זאל מען ארבייטן צוזאמען ביז דער בנין וועט שטיין און וועט זיין א כבוד לממלכת סאטמאר, און דערביי באגריסט די חברי וועד קרן הבנין וואס האבן זיך אזוי שטארק אוועקגעגעבן ובמיוחד דעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו.

דער יו"ר האט דערנאך ארויסגעברענגט דאס התקשרות פון רבינו שליט"א צו אנ"ש בירושלים עיה"ק, און האט דערביי באגריסט די חברי הנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורכ'ן רבין שליט"א אין ירושלים עיה''ק, ה''ה הרה''ח ר' יששכר יאקאב הי''ו, הרה''ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו, הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, און הרה''ח ר' יושע קליין הי''ו, וואס צוויי פון די זענען ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד.

און באזונדער האט ער באגריסט הרה''ח ר' גרשון פעלבערבוים הי''ו וואס ער איז דער עסקן בהאי הידועה און איז מסדר אלע ביוראקראטישע ענינים. מ'האט ארויסגעברענגט ווי וואונדער איבער וואונדער נאך יארן וואס גארנישט האט זיך גערירט, האט זיך פלוצלינג אלעס אנגעהויבן רירן און בחסדי שמו ית' איז שוין ערהאלטן געווארן די פערמיטן און מען האט שוין אנגעהויבן די מלאכת הבניה אויפן ריזן שטח.
דאן האט דער יו''ר אויסגערופן אז בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן, פון ווי קומט דאס אלס דער עולם האט געגעבן די גרױסע נדבות מיט אזא אש להבה, דאס אלעס דרייט זיך נאכן רבי'ן שליט''א, און דער רבי אליינס האט זיך אויך מתחייב געווען צו ברענגן א מיליאן דאלאר און שוין יעצט ביי די מסיבה געברענגט די ערשטע הונדערט טויזנט דאלאר.

צווישן די מתנדבים בעם זענען לע"ע געווארן רעזערזווירט די דריי זכותים.

זכות שם בנין הביהמ''ד 'בנין ראזענבערג' וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך משפחת הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג ע''ה ואחיו הרה''ח ר' אברהם יודא הי''ו.

זכות שם בנין התלמוד תורה 'בנין יחזקאל בראך' אפגעקויפט געווארן דורך נכדי הרה''ח ר' יחזקאל בראך ע''ה מנהל מוסדותינו הק' בירושלים רבות בשנים, ה''ה הרבני הנגיד ר' שמואל חיים בראך הי''ו ובנו הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו, הרבני הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו, הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו.

זכות המקוה איז רעזערווירט געווארן דורך דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו ושותפו הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו.

אלעס צוזאמען איז געשאפן געווארן די אסטראנאמישע פאנטאסטישע סומע פון אריבער 30 מיליאן דאלאר מנדבת לבם של אנ''ש שיחי' וואס האבן בייגעשטייערט פון א מיליאן דאלאר און העכער כ"י, ה"ה:

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
ר' מאיר הירש הי''ו
ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו
ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו
משפחת ר' יצחק ראזענבערג ע''ה
ר' שאול פריעדמאן הי''ו
ר' שמואל חיים בראך הי''ו
משפחת לעוו - לאנדאן
משפחת וויינשטאק שיחי'
ר' עקיבא הערש קליין הי''ו
ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו
ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי''ו
ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו
ר' פישל ריספלער הי"ו
ר' אברהם בראך הי''ו
ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו
ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי''ו
ר' חיים יהודא לעפקאוויטש הי''ו
ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו
ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו
ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו
ר' משה גאלדשטיין הי''ו
ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו
ר' יהודה ווייס הי''ו
ר' יהודה רובינשטיין הי''ו
ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו

רבינו שליט''א האט דאן משמיע געווען דברות קודש די שייכות וואס אונז האב מיר קיין ירושלים, און אז ווען א מענטש געט געלט דארט איז זיין שאיפה דארט ווייל ער זיין עומדות היו רגלינו בירושלים. דערנאך האט דער רבי שליט''א געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נגידים און ספעציעל פארן בעל אכסניא ר' עקיבא הערש הי''ו און געזאגט אז מען קען נישט ארויסברענגן די רגשי הלב אז עס פאסירט אזא זאך אז ארום 35 אידן קומען און געבן אזעלכע גרויסע געלטער, דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך און עס איז א מורא'דיגע זכות, דער רבי האט דערנאך מסיים געווען בברכה שלימה פארן גאנצן ציבור יעדן עקסטער מיט השפעות טובות וכל טוב סלה.

די טאג ב' פנחס תשפ''ג וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון ממלכת סאטמאר אלס דער טאג וואס די נגידים פון די סאטמארע קהילה האבן ציווישן זיך צוזאמען געשטעלט אזא אסטראנאמישע ציפער אין איין טאג צו קענען אנהייבן און בעזרת השם גומר זיין דעם מעכטיגן צענטער בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ג תמוז תשפ"ג7/2/2023

ווידיאו
נאך פונעם באזוך פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מוצש''ק בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
תלמידי מוסדותינו הק' פון מאנסי וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די מוסדות, ביים אריבער גיין מקבל זיין מטבעות קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נאך די חומש סעודה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
חומש סעודה מיט די תלמידי כיתה א' פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, פארגאנגענעם וואך בבנין הבית רחל בנין ניישטאדט, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:15 זענען אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד אינאיינעם מיט ראשי ונכבדי קהלתינו פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס צום סוף האט דער רבי געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און מען איז אריבער אפנעמען ברכת הקודש.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון שיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד תפילה למשה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל אירוסי בת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו נדבן ופטרון הביהמ"ד מגדולי תומכי מוסדות רבינו שליט"א וועלכע האט געגעבן א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה אין קר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' מאיר ברא"י גאלדבערגער שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים, און פארן זיידן הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו און פארן רב הביהמ"ד הגה''צ ר' שלום ראטענבערג שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די טירן און ארומגעגאנגען אלע חדרים און שטאקן פונעם ביהמ"ד און אין די פראכטפולע מקוה.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש אויף 68 דולעק בשכונת דאלעס אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ"ד, ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד ווי מען גייט בויען א מקוה און אלע צוגעהערן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן איינע פון די עסקנים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר די עסקני הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק אז אלעס ווענדט זיך אין די התחלה און וואספארא יסוד מען שטעלט אראפ, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר אז עס זאל זיין א ביהמ"ד וואס קומט ארויס תורה עבודה און גמ''ח אויף א שטארק חסידיש'ע אופן, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן דעם בנין החדש והמפואר פארן ביהמ''ד. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 2:10.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א מו"ץ, צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ח ר' וואלף ליכטנשטיין הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פאר מוסדותינו הק' 'יטב לב' בארה''ק, מען האט געענדיגט ארום 10:50, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הגה''צ ר' מנחם יודא גאטליעב שליט''א אב''ד ניאמץ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויגר מואב מפני העם כי רב הוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

קה אכסוף: הב' אלעזר בן הרה''צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט''א נכד כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק עטרת צבי מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י''א תמוז.

קה רבון עלם: ר' חיים ענגלענדער הי''ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א נכד האדמו''ר מסקאליע. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' הערשל פליישמאן הי''ו (מאנטרעאל), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' שמחה כ''ץ הי''ו. לוי: הרה''ח ר' שמחה קלאגסברוין הי''ו (אויסטראליע). שלישי: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א. רביעי: החתן בן הרה''ג ר' נתן דוב שווארץ שליט''א. חמישי: החתן ב''ר יואל בר''ש פריעדמאן הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' אברהם משה קליין הי''ו.
ר' ישראל מאיר ברמ''י פריעדמאן הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר אברהם וואלף קויפמאן הי''ו. אחרון: החתן ב''ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי''ו. מפטיר: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי''ו (וומסב''ג). גלילה: הר''ר אלחנן טויב הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' חיים ענגלענדער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (לאנדאן). הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי''ו. כהן: ר' יואל ברח''י גרויס הי''ו. לוי: הרה''ח ר' יואל בר"מ רייזמאן הי''ו (לעיקוואד). שלישי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: ר' יואל קליינבערגער הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און געטייטשט אז דער כלל איז מצוה גוררת מצוה און עבירה גוררת עבירה עס ווערט באשאפן א מלאך פון יעדע עבירה וואס שטופט אים ווייטער ביז מען קען צוקומען ר''ל צו חמורות שבחמורות, די עצה אויף דעם איז מצוות קרי''ש שחרית וערבית וואס די סגולה איז מזיקין בדלין ממנו סיי מזיקין בגשמיות און סיי ברוחניות, און מעורר געווען נזהר צו זיין במצוות קרי''ש בזמנה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' זושא רובין הי''ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' ברוך יודא קליין הי''ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:30, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיטן ניגון כי מלאכיו לרגל די נסיעה קיין ניו העמפשיר אי"ה די וואך, למנוחת הנפש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו''ץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי ביהמ"ד החדש דקהלתינו 68 דולעק בשכונת דאלעס אין קרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד תפילה למשה בקר''י לרגל אירוסי בת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו, ראה''ק ופטרון הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
א קבוצה בחורי סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"א תמוז תשפ"ג6/30/2023

באריכט
פרייטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר לוי יודא מארמארשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה דוד ניימאן הי"ו, בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה לצעירים בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר אברהם וויליגער שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די בחורים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ די תלמידי כתה ט', דער רבי האט פארהערט די בחורים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל המוסד הר"ר אברהם וויליגער שליט"א און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו (מאנטרעאל) - ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פנחס בר"ה בראך הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה סקווירא מאנסי, דער רבי האט פארהערט די בחורים און געזאגט א דרוש אויף די פרשה און מסיים געווען בדברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' צבי יעקב בריזל שליט"א רב דביהמ''ד שכונת לעיק-שאר בקר''י, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די הנחת אבן הפינה פארן ביהמ''ד החדש וואס קומט פאר דעם זונטאג פנחס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די געגענט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב הביהמ''ד און די אנוועזענדע תושבי השכונה.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ רבני וועד הכשרות קר''י אין שפיץ פון הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות, מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע שאלות און מכשולות בעניני כשרות, צווישן אנדערע איבער די לעצטיגע פראבלעם פון ווערים אין די פאפריקע און נאך.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"ש כ"ץ הי"ו - ר' חיים ווייס הי"ו.
ר' יואל בר"ד כהן הי"ו - ר' זלמן לייב פעקעטע הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מה טובו אהליך יעקב!

שבת פתיחת שערים פונעם נייעם ביהמ''ד המפואר אויף 68 דולעק בשכונת דאלאס בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, 23'טע ביהמ''ד בק''ק קרית יואל!

מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ''ד וועט פארקומען דעם מוצש"ק בראשות כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א מרא דאתרא קדישא הדין.

מחיל אל חיל! איז מען שוין העפטיג אקטיוו אהערצושטעלן א פראוויזארישע מקוה אין ביהמ''ד, און אזוי אויך פראגרעסירט פאראויס די צוגרייטונגען אויפצובויען דעם בנין החדש והמפואר אין צענטער פונעם שטח וואס אנטשפרעכט צו זיין א פנת יקרות פאר די תושבי השכונה.

גדול יהיה כבוד הבית הזה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הרה''ג ר' צבי יעקב בריזל שליט"א רב דביהמ''ד שכונת לעיק שאר בקרית יואל יצ''ו, בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די הנחת אבן הפינה פארן ביהמ''ד החדש וואס קומט פאר דעם זונטאג פנחס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג