בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ח תמוז תשפ"ג7/17/2023

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית לפני התיבה ומסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים עוסק זיין בתורה, און ביים צינדן ליכט און תפילת מעריב לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ז תמוז תשפ"ג7/16/2023

באריכט
שב"ק פרשת מטו'''מ - מברכים חודש מנחם אב - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא:
הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א (קר"י).
הב' יושע ב"ר וואלף פערל הי"ו (קר"י).
הב' שלום יואל ב"ר חיים משה פעדער הי"ו (קר"י).
הב' נפתלי נטע בן הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א (וומסב''ג).
הב' אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו (קר"י).
הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו (ב"פ).

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (קרית טאהש).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים בקר''י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דברי יואל בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי), ברכת המזון: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ח תמוז.

קה רבון עלם: הר"ר אהרן ברי"א מענדלאוויטש שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר פון א אייניקל, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים הערש קאהן שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל הישיבה. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א. שלישי: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א. רביעי: הב' ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו (ב"פ). חמישי: הב' ב"ר יואל האלפערט הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הב' ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (ב"פ). הוספות: הר''ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו. הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו. הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל). ר' משה ישעי' בראך הי"ו (ב''פ). הב' ב"ר יונה לעוו הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו (קר"י). הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א (קר"י). הר"ר יוסף מאסרי שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א. אחרון: הב' ב"ר מאיר צבי שטעסל הי"ו (קר"י). הגבה: הב' ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י). גלילה: הב' ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א די וואך. פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יוסף מאסרי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 3:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.

במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה און ניגונים אויף אידיש, בפרט דעם אני מאמין וואס מען האט געזינגען א לענגערע צייט בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מסעיהם למוצאיהם על פי ה' און געטייטשט בדרך אגדה אז בזכות פון אמונה וועט מען אויסגעלייזט ווערן פון גלות.

ברכהמ''ז: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00.
מנחה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, כהן: הב' ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שלישי: ר' שלום פנחס באנדא הי"ו (קרית טאהש), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט אז מיט יעדע מצוה וואס מען איז מקיים בויעט מען צוריק אויף די ביהמ''ק בימינו אלה אז מען האט נישט קיין כח צו בויען זאל מען כאטש נישט צוווארפן מיט די חטאים דאס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אויפגעבויעט און מיט דעם וואס מען פירט זיך בחסד וברחמים וועט מקיום ווערן בונה ברחמיו ירושלים

ידיד נפש: הר"ר אהרן יוסף בערגער שליט"א (קר"י), קל מסתתר: הרה"ג ר' משה האפמאן שליט"א ר"י בקיאות התורה (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך כ"ח תמוז, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

אויך האט הב' מענדל וואלף ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו (קר"י) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און זידיטשוב, אויך האט האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א איבערגעגעבן א הערליכע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים נאך א באזוך פארגאנגענע וואך אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מלוה מלכה לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און פארטיילט שיריים פאר נכדי בעל הילולא זיע''א.
מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה און ממשיך געווען מיט אידישע ניגונים, דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי מלוה מלכה מוצש''ק לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי מעריב והבדלה, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי סעודת רעוא דרעווין, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויפן וועג גייענדיג אין מקוה ערש''ק נאכמיטאג, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ה תמוז תשפ"ג7/14/2023

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף מנוחת הנפש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: ר' לוי יצחק שעהנברוין הי"ו (קר''י).

נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט מחותנו כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכער איז געקומען כמידי שנה בשנה אויף שב"ק להסתופף בצל הקודש.
אויך האט הב' שלמה יחזקאל בן הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינער שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א בסיפורי צדיקים און איבער די תפילין פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו (קר"י).
ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הב' החתן בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו, פתיחה: ר' יונה לעוו הי"ו, כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יונה לעוו הי"ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווע זיע''א פון זיין בר מצוה.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון הנחת תפילין.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די אמה של מלכות.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זצ"ל.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות קרית יואל.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
אויך האט הב' אברהם ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו (קר"י) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'ס קשיא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די מאמע הרבנית הצדיקת ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), פתיחה: הרה"ח ר' אהרן משה ארנלענדער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א וויזעל הי"ו (ב"פ), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' עזרא דייטש הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי עירובין.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

זונטאג

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.

נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט, און דער רבי האט אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער סיפורים פון הרה"ק ר' יהושע'לע טאמאשוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:45 געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 11
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף מנוחת הנפש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ד תמוז תשפ"ג7/13/2023

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת מטות-מסעי שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מ"ב מסעות בני ישראל
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ג תמוז תשפ"ג7/12/2023

מאנטאגכ"א תמוז תשפ"ג7/10/2023

בילדער · 3
וישן מפני חדש תוציאו

נאכפאלגנדיג די גרויסע הצלחה די פארגאנגענע וואך, ווי תומכים און נגידים בקרב קהלתינו הק' האבן זיך מתחייב געווען פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מיט אסטראנאמישע סכומים לטובת דעם ווידער-אויפבוי פונעם נייעם בנין הגדול בירושלים עיה''ק, האט מען שוין היינט אנגעהויבן צו דעמאלישן דעם צווייטן חלק בנין, אין בעפארגרייטונג אהערצושטעלן דעם גרויסן שטח צו גיסן די יסודות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און סניף עצי חיים שיעור ג'.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא:
הב' שלמה יצחק ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי).
הב' משה ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי''ו (קר"י).
הב' יושע בן הר"ר יואל בערגער שליט"א (קר"י).
הב' שמעון בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א (קר''י).

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד עטרת חכמים, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל סניף עצי חיים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל זמרי בן סלוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' יהושע'לע טאמאשוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ט תמוז.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יואל מייזליש שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (לאנדאן), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. לוי: הרה''ג אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א. חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הב' החתן ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו (ב"פ). הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו (קר"י) - דער רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט. הרב יואל מייזליש שליט"א. הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו. הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג). הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. ר' שמעון יואל ראזענבערג הי"ו (קר"י). הבה"ח ב"ר יואל ווייס הי"ו (וומסב''ג). ר' בערל באב"ד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו. הרה"ח ר' משה בראך הי"ו (קר"י). הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. אחרון: הב' ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א. הגבה: הב' ב"ר משה סעגעדין הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הב' ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז, פתיחה לאנעים זמירות: ר' מנחם שטויבער הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 2:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.

ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:55. מנחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם יצחק כאירה הי''ו (קר''י), כהן: הבה"ח ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו (קר"י).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א טועם געווען מאכלי חלב און געטרינקען א קאווע כנהוג פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א איין שבת בימי בין המצרים.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און געטייטשט אז פנחס האט אריינגעברענגט אין אידן אז כח התפילה גייט צוזאמען מיט תורה, תורה איז חיים, און דורך דעם קען מען גרינג צוקומען צו ויכפר את בני ישראל אן קיין יסורים אדער מיתה ח''ו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די אמה של מלכות די וואך. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

אויך האבן איבערגעגעבן תירוצים אויפן רבי'נס קשיא, תלמידי הישיבה.
הב' מנשה בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א (וומסב''ג).
הב' מאיר ב"ר יחזקאל מקובעצקי הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג