כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים היינט נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה, לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת עקב שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: כמה פרשיות של תפילין הי' לבני ישראל במדבר (ב) מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת החתונה פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א הכלה בת חתנו האדמו''ר מזוועהיל שליט''א, נעכטן אין שיכון סקווירא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט"ו מנחם אב תשפ"ג8/2/2023
בילדער · 5
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א ביקור ניחומים נאך די הקמת המציבה פון הגה"צ חו"פ ר' יקותיאל זלמן יו"ט ליפא האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקעווע, בבית בנו הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דבית מדרשינו בית שמואל בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדבאריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש הביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות מזוזה.
ארום 1:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00, און איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור מתלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה און אריבער שלום נעמען.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50, און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז מען אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים זאגענדיג אז מ'שטייט היינט אין חמשה עשר באב וואס עס איז מסוגל פאר שידוכים.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם הערליכן יחוס און פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים, מען האט מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: ר' אברהם בערגער הי"ו (ב"פ), פתיחה: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר''י. כהן: הרה"ח ר' אהרן איזראעל הי"ו (מאנסי), לוי: הב' ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו (ב"פ), גלילה: הב' ב"ר יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פון עדות ביי א כתובה.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מציוני תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר''י, בהנהלת הרה''ג ר' וואלף לאנדא שליט"א אויף א פארהער אין שו"ע יו"ד הל' מליחה, בשר וחלב, טריפות. דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינטיגע צייטן, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער ווי דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:45. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר עמרם טירנויער הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זיע''א וואס די יארצייט איז י"ד אב.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
נאך מעריב האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען משפחת הגה''צ רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקאווע, צווישן זיי הגה''צ רבי אברהם מאיר שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דקהלתינו ב''פ 15. הגה''צ רבי יואל שליט''א רב בתי מדרשים בית שמואל - דולעק בקרית יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"ד מנחם אב תשפ"ג8/1/2023
נייעס
ברכת מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
הבה"ח הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אבד"ק עצי חיים סיגוט שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א
עב"ג הכלה ב"ק תחי' בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ). בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו. וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א ביים זיך פארהערן ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ואתחנן - שבת נחמו - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערש''ק נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבי'נס קשיא. הב' יואל בן הגה''צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל. הב' רפאל ב"ר נחום אלישע הורוויץ הי"ו (וומסב''ג). הב' אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג). הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג). הב' חיים אלי' ב"ר משה אברהם הכהן שעהנברוין הי"ו (קר"י). הב' יעקב אליעזר בן הר"ר ליפא בערקאוויטש שליט"א (קר"י). הב' מרדכי אפרים פישל ב"ר שמחה לאנדא הי"ו (קר"י). הב' אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארץ הי"ו (קר"י). הב' מאיר פנחס חיים בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי). הב' יצחק ב"ר יואל גוטמאן הי"ו (קר"י). הב' אהרן ב"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו (קר"י).
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט''א רב ביהמ"ד ברך משה ב''פ בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב הגאון ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אלימלך יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"ד אב.
קה רבון עלם: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א (מאנטרעאל), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר הערשל קאהן שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הר''ר הערשל קאהן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל הישיבה. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות כהן: הבה"ח חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו (קר"י). לוי: הב' ב"ר יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו (קר"י). רביעי: הב' ב"ר אהרן דוד גרינפעלד הי"ו (לאנדאן). חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארץ הי"ו (קר"י). הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הרה"ג ר' אהרן מייזליש שליט"א. הרה"ג דומ"ץ טאשנאד שליט"א. הב' הבר מצוה ב"ר עמרם טירנויער הי"ו (קר"י). הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. הבה"ח ב"ר יואל רעטעק הי"ו (וומסב''ג) הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). הרה"ח ר' ליפא סופר הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו (קר"י). הב' המשב"ק ליפא דייטש ני"ו. הב' ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו (וומסב''ג). אחרון: ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י). הגבה: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו. גלילה: הב' בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
מוסף: הרב הגאון דומ"ץ טאשנאד שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00. ארום 3:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני נחמה וגאולה און ניגונים אויף אידיש.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו אידן האבן א דין בנים למקום.
ברכהמ''ז: מנהל הישיבה הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:55.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ס איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה: הר''ר אלחנן טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: נכד רבינו החתן מאיר אליעזר ט"ב שליט"א. כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו (קר"י), שלישי: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הב' ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר בעריש גראס שליט"א, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און געטייטשט אז דורך מצוות תפילין איז מען זוכה אז בשעת'ן מתפלל זיין דאווענט כביכול הקב''ה מיט און מען איז זוכה צו תשובה און דורך דעים צו די גאולה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
אויך האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא. הב' מאיר בן הר''ר אנטשיל קארפען שליט''א (קר"י). הב' דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו (קר"י). הב' לוי יצחק ב"ר משה יוסף לאנדא הי"ו (קר"י). הב' יוסף זונדל בן הר"ר דוד הירש שליט"א (וומסב''ג).