בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ"א מנחם אב תשפ"ג8/8/2023

באריכט
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי נאך די מקוה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך באש הי"ו, בבית חמיו הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך ארום 9:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויס געלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ שע''י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג און ב''פ.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום 'בחורים קעמפ' מחנה רב טוב אין סוואן לעיק, רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הב' ב"ר יואל רפאל קנאפפלער הי"ו (ב"פ), פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א מנהל כתה ט' וומסב''ג, בעל קורא: הב' ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כתה ט' ב"פ, לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם מאיר אלטמאן שליט"א (ב"פ), גלילה: הב' בהר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג).

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריין אין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א.

אויפן וועג האבן אפגעווארט די ילדי המחנה ווי זיי האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און משמיע געווען דברות קודש, צום ערשט מיט דברי דרוש אין די סוגיא וואס די בחורים לערנען אין מסכת קידושין, און געזאגט דברי הדרכה איבער חשקת התורה, און מעורר געווען נזהר צו זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, נישט צורירן צו קיין שום כלים, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.

פון דארט ארום 2:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארויף צו די בתי מדרשים פון די עלטערע כתות, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, און פאר א לענגערע צייט שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.

דערנאך איז דער רבי ארויף צום חדר האוכל ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ברנ"מ ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.

בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
מען האט געענדיגט ארום 4:30 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.

ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג ווי דער רבי איז צוגעפארן צום בנין 'שערי שלוה' ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידי בית רחל, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, דער רבי איז ארויף אויפ'ן בימה און משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די תלמידות און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 5:00 האט דער רבי פארלאזט די קעמפ אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א, באולם כינור דוד.
ר'' יעקב ישראל קטינא הי"ו - ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' דוד ווייס הי''ו (מאנסי) - ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געקומען הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א אבד''ק לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
ר' בנימין כהן הי"ו - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דאס שידוך שליסן פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו מנכבדי קהלתינו ב"פ, בעל מעשה חש"ב על הרמב"ן, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובע נדבן ובני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס דערביי האט הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם דקהלתינו אין ב"ב מבני המשפחה געצייגט פארן רבי'ן פארשידענע שאלה'דיגע מזוזות און כתבים.

מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליעה''ר כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' יואל עפשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:15 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה ביים ביה''ח בקרית יואל פון האשה החשובה הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א ומנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' ב"פ רבות בשנים, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מיטתה ארויסברענגענדיג אירע פילע פעולות לטובה פאר חינוך הבנות אין מוסדותינו הק' אין ב"פ, און דערנאך מלוה געווען די מטה. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אינעם אחדות קאנטרי אין קר"י צו די שמחת הכנסת ס''ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שמואל חיים בראך הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם חשובן נדבן ובניו שיחי' ממשיך צו זיין מיט די ריקודין און אריינלייגן דעם ספר אין ארון הקודש. דאן האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו שיחי'.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים ביי הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו ווי דער רבי האט אים מאציל געווען מברכתו פאר א רפואה שלימה, דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מנחם ליבערמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.
ר' יושע בר"י יאקאב הי"ו - ר' יוקל ברי"ב הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''א שפיטצער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מנחם מנלי בראך הי"ו.
ר' הערשל בר"י פיש הי"ו (ב''פ) - ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת עמודי דגירסא אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הר"ר שלום לאנדא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' יום ב' ראה - באזוך אין מחנה בית רחל ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק פאר די טויזענטער תלמידות בית רחל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - ילדי תשב''ר ביים ארויסבאגלייטן רבינו שליט''א נאכן דערהויבענעם באזוך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים מיט די ילדי תשב''ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - רבינו שליט''א שפארצירנדיג אין די מחנות פון איין ביהמ''ד צום צווייטן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די כתות ז' ח' פון בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די 3 סניפי כתות ו' ז' ח' פון וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - מסיבת לחיים מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט'.

אויפן וועג ארויס האט נכד רבינו הב' יקותיאל יודא הכהן גלאנץ ני"ו געוויזן פארן רבי'ן זיין כתב הצטיינות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים פון בארא פארק, און אויפן וועג ארויס ביים פארטיילן ממתקים פאר די קלענערע ילדי המחנה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים פון וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ב' ראה - תפילת שחרית מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט', אין מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ט מנחם אב תשפ"ג8/6/2023

ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת הכנסת ספר תורה אין ביהמ"ד פון אחדות קאנטרי, אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו מנכבדי קהלתינו ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליעה''ר כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו, היינט מיטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כתיבת האותיות בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו מנכבדי קהלתינו ב"פ, בעל מעשה חש"ב על הרמב"ן. וואס וועט אריינגעגעבן ווערן היינט נאכמיטאג אין ביהמ"ד פון 'אחדות' קאנטרי בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
דערביי האט הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם דקהלתינו אין ב"ב מבני המשפחה געצייגט פארן רבי'ן פארשידענע שאלה'דיגע מזוזות און כתבים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ישראל ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א רב בבית מדרשינו ברך משה במאנסי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' שמואל פריעדמאן שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 10:25, דער עולם איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם דקהלתינו ב"ב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א, מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוד חעשין הי"ו (ירושלים), ברכהמ''ז: הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' סענדר'ל מ'קאמארנע זצוק''ל, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"א אב, און ביים סוף מכבד געווען הגה"צ ציעשנובער רב שליט"א צו פארציילן א סיפור.

קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט"א. שלישי: החתן ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר מענדל וואלף שטערן הי"ו. חמישי: החתן בן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' צדוק היילברוין הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ז דרוממער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו (אוסטראליע), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרב אלימלך האלבערשטאם שליט"א (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריינד הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון' און געטייטשט אז די ווערטער איז מרומז די נאמען רבי עקיבא, ביים סוף יאר ווען מען וועט ווערט נתעורר לתשובה ווערט שווער די קשיא אם מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי, נאר רבי עקיבא גייט ווי שיטות תלמידו רבי מאיר אז בין כך ובין כך קרואים בנים, במילא ווערט אלס נתקבל די תשובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אופן כוס און געזאגט שבע ברכות.

נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן וועלכע וויילט אין די וואכן אין קר''י און איז געקומען צו של"ש בצל הקודש.

מעריב מוצש''ק: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז מנחם אב תשפ"ג8/4/2023

בילדער · 4
היינט פרייטאג ערש"ק, נאך די מסיבת לחיים לרגל קישור החיתון בהיכל המתיבתא, איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך און ביקור חולים ביי ש"ב הרה"צ ר' העניך טייטלבוים שליט"א מקירעלהאז לרפו"ש און זיין זומער דירה אין קרית יואל, עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בסיפורים און עובדא'ס מבית רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע און דער רבי האט מאציל געווען מברכתו פארן קירעלהאזער רב שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
פרייטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בתופים ומחולות לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנהל הישיבה, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט צום פארהער בביתו נאוה קודש א לענגערע צייט, הב' ישראל ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און הב' הערשל ב"ר בעריש גליק הי"ו, אויף גאנץ שו"ע או"ח הלכות שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב ברא"מ לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מאיר ברז"ל פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ד ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר שלמה הערש פישער הי"ו.
ב"ר חיים יוסף בנציון רייז הי"ו.
ב"ר בנציון שווארץ הי"ו.
ב"ר ישראל בנימין ליכטענשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בתופים ומחולות לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותן און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

פארן מסיים זיין האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט זיין שמחה און התרגשות ביים ערהאלטן אזויפיל תירוצים אויף די קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט אין די ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר' יואל שמאיע הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ר' יואל בר"ה בראך הי"ו - ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו (אוסטראליע).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
בן הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
תאומים בני ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל כ"ץ הי"ו.
ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא דרעזנער הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
ב"ר חיים בנציון איצקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים היכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 4:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל בקרית יואל, אויף א ביקור ניחומים נאך די הקמת המציבה פון אביו הגה"צ חו"פ ר' יקותיאל זלמן יו"ט ליפא האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקעווע, עס איז אנוועזנד געווען די גאנצע משפחה בני האבד"ק טשאקאווע זצ"ל, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון די גרויסע זיידעס לבית צאנז - שינאווע, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומים.

ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א רב בית מדרשינו ברך משה במאנסי, - ר' יואל פריינד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו - ר' יעקב יודא גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א 'חלוקה' דורך ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, ווי עס איז פארטיילט געווארן קרוב צו א האלב מיליאן דאלער פאר עטליכע קבוצות רבני ולומדי כוללינו פון קר''י און וומסב''ג, נאכן זיך פארהערן אויף פארשידענע מקצועות ביי רבני קהלתינו און ביי הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי פארטיילט די געלט פאר די רבני ולומדי הכולל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די חשיבות פון לומדי תורה און מסיים געווען בדברי ברכה אז מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין נאך מקצועות.

אזוי אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע הערש הכהן גליק הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אהרן שווארץ הי"ו - ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און נאך מעריב זיך ארויסגעלאזט קיין שיכון סקווירא מפאר זיין ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת חתנו האדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א.

אנקומענדיג אין מאנסי איז רבינו שליט''א קודם אריבער אין ביהמ"ד שינאווע ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען בני כ"ק אדמו"ר משינאווע זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומים.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה אינעם שאטער הגדול פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט''א, און אלע חשובע רבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס און רבנים, און האדמו''ר מסקווירא שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט''א צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך געטאנצן עקסטער מיטן חתן און מיט האדמורי"ם מסקווירא און וויזניץ שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט האדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א ויו"ח פאר א לענגערע צייט.

ארום 2:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
גמר מלאכת הבנין ביים בנין המפואר פון די מיידל שולע 'בנות ארץ ישראל' שע"י מוסדותינו הק' בעיה"ת בני ברק יע"א, מאכט גרויס פארשריט בעז"ה מדי יום ביומו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
גראב ארבייט אהנגעהויבן ביים שטח פונעם בנין החדש והמפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו, און גייט אהן בס"ד אין פולן שוואונג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייז פריערדיגע טעג