בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי"ב תשרי תשפ"ד9/27/2023

בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארהערן די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין, היינט נאכמיטאג אין די זאל בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הרב הערשל מייזליש שליט''א
בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א,
וחתן הגה"צ אבד''ק טארניפאל שליט''א

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 12
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן לנכדו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א, בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פארגעקומען היינט נאך תפילת שחרית אין ביהמ''ד אבני צדק

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו


ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:25, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:50 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם גאנצן בית השחיטה פלענט על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.

ארום 7:55 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יודא טויב הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.

אונטערוועגנס קיין וומסב''ג האט רבינו שליט''א אהנגערופען עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.

ארום 9:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלום הורוויץ הי''ו.
ב''ר משה זאב אפפעל הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים, און דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו איז אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג.

נאכמיטאג ארום 2:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גמר חתימה טובה, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד, ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד, אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד ו‎על זאת אני בוטח באומרים ה' אחד' און געטייטשט אז אויף יעדע מעשה וואס מען טיט ווערט באשאפן א מלאך מיט'ן כח פון קרי''ש וואס איז אמונה און בוכ''ע קען מען איבערקומען די כח פון די מלאכים המשחיתים.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 3:20.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין אין חדר ד' בהיכל מאיר זעליג ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן סדר צוליב די ריבוי העם.

נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה לעת כניסת היום און פון דארט תיכף געגאנגן אין ביהמ"ד.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט דער רבי געצינדן די נרות יו''ט, יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף יו''ט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.

רבינו שליט''א האט געמאכט די ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, פארן גיין אין ביהמ''ד האט דער רבי אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', הקב''ה ידו פתיחה לקבל שבים און די עיקר בושה איז אז מען האט ניטאמאל געעפענט א פתח קטן כחודה של מחט, נאך א אופן דורך עבירות וואס א מענטש טוהט ווערט ער נדחה ח''ו אבער אז מען האט אמונה אינעם אויבערשטן, און אז מען טוהט תשובה מאהבה ווערט מען קיינמאל נישט פארפאלן, יעדע מצוה און יעדע עבירה ווערט אנגעצייכנט אינעם מקום המקדש דארף מען עקסטער תשובה טוהן אויף מטמא זיין מקום המקדש דורך מים טהורים וואס איז הייסע טרערן.

נאך די דרשה ארום 7:50 לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א אנגעהויבן וידוי מיטן ציבור כמנהג רבותינו הק', און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.

נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט 'סרנו ממצותיך, כי אמת עשית' דורך די תורה וואס איז תורת אמת האט מען דעם כח נישט צו ווערן פארבלענדעט פונעם יצר הרע, ובקול בוכים ממשיך געווען 'אנו מלאי עון נאר ווייל מען האט נישט געלערנט גענוג, מיר זענען מפייס די הייליגע תורה, 'הייליגע תורה זיי אונז מוחל' האט דער רבי אויסגעשריגן מיט א געוויין.. אונז נעם מיר זיך פאהר און זיך מקבל צו לערנען און מקיים זיין די מצוות, און מען בעט די תורה הקדושה זאל זיין זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אין הימל'.

ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ צוויי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.

אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מעריב.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו (מאנטשעסטער), הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי''ו, הרה"ח ר' אנטשיל ליכטנשטיין הי''ו, הרה''ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן הי''ו מו''ץ בקהלתינו, הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ, הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, און נכדי רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הרב חיים הערש ט''ב שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

מען האט געענדיגט ארום 11:30. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.
ונתנה תוקף קדושת היום

יום הקדוש אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 8:00.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.

פתיחת הארון הקודש: משמש הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, אנעים זמירות האט פאהר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הר"ר אלי' גרויס הי"ו מבערבעשט ב"פ, און הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יושע הערש ברז"ל גליק הי"ו. לוי: הרב יואל יודא רובינפעלד הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו. רביעי: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. שישי: רבינו שליט"א. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' שמשון דוד גרינפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף מיטטעלמאן הי"ו.
מפטיר: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו. גלילה: הרה''ח ר' יעקב ברז"ל לאנדא הי"ו (ב"פ).

מען האט געענדיגט ארום 12:45, עס איז געווען פויזע. עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר מרדכי גרינפעלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו יזכור ארום 1:30 און דערנאך 1:45. צוגעגאנגען צו מוסף.

טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הר''ר יושע פרענקל הי"ו, הר''ר משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' יואל בעריש עקשטיין הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.

הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו משמש.
די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו הרה''ח רפאל פערלמוטער הי''ו.
די דריטע כורעים: הרה''ח ר' מאיר שטערן הי''ו - הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו.
די פערטע כורעים: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי''ו .
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:50.

צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' פסח קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט א מי שברך און זיך פערזענליך באדאנקט פאר די צויי נגידים חשובים מראשי הקהלה והמוסדות הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, וועלכע האבן געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.

הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ).

מען האט געדאווענט שנעל און נישט געזאגט אבינו מלכינו כנהוג צוליב די שפעטע צייט, מען האט געענדיגט 6:45.

תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.

נאך קדיש תתקבל ארום 8:11 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.

רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו מען האט געענדיגט ארום 8:45.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אנגעוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

ארום 11:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר, מען זאל האבן אויסגעבעהטן אלעס גוטס', ביי די זופ האט מען געשטעלט וויין כנהוג.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'זרענו וכספינו ירבה כחול יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז ווען מען טוהט תשובה מאהבה ווערן די זדונות זכיות די אידן קענען נהנה זיין מטוב העולם הזה ווייל הקב''ה האט כביכול קונה געווען יעקב אבינו בהגבהה, און ממשיך געווען בדברי הכנה לחג הסוכות הבעל"ט, און דערנאך מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ובכן צדיקים יראו וישמחו בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' הערש אלימלך ט''ב שליט''א רב בית מדרשינו תפלה למשה ב''פ.

מען האט געענדיגט ארום 12:50, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"א תשרי תשפ"ד9/26/2023

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים לייגן סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ובכן מה נהדר היה מראה כהן גדול בצאתו בשלום מן הקודש

עריכת שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש, בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל, בהיכל בית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי' תשרי תשפ"ד9/25/2023

נייעס
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

מוצאי יום הקדוש: אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום עריכת שלחן הטהור בתופים ובמחולות במעמד אלפי ישראל, בהיכל בית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט' תשרי תשפ"ד9/24/2023

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים עריכת שלחן הטהור היינט ערב יום הקדוש בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ערב יום הקדוש אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אריין צום שולחן הטהור אין היכל תהילת יהוסף בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ערב יום הקדוש: כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צו תפילת שחרית אין היכל תהילת יהוסף בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שחיטת הכפרה, ומצוות כיסוי הדם ע"י כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א נאכן מקיים זיין מנהג כפרות היינט ערב יום הקדוש בבית השחיטה המהודרת בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת האזינו שבת שובה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים.
מען האט געענדיגט ארום 9:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר"י.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו (מאנטשעסטער), מנוחה ושמחה: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בעצם היום הזה לאמר עלה אל הר העברים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, ברכהמ''ז: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הקאזניצער מגיד זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך פרייטאג ערב סוכות.

קה רבון עלם: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, שחרית: הר"ר דוד חנני ווייס שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט די קדישים נאכן יום און נאך לדוד ה' אורי לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זיע''א.

פאר קריאת התורה איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן אז עס איז א מנהג ישראל צו זאגן א דרשה שבת שובה כ'האף אי''ה צו זאגן חוה''מ, אבער יעצט לא לדרשה קאתינא מען קען זיך נישט איינהאלטן פון מעורר זיין קרית יואל איז א הייליגע שטאט וואס רביה''ק זיע''א האט מייסד געווען מיוסד אויף תורה עבודה וגמ''ח און דרכי הצניעות, אויף אלעם קען מען זאגן ווי שיין עס שטייט, אבער אינעם ענין פון צניעות איז דא א ירידה בפרט אינעם ענין פון כיסיו הראש ווי מען גייט היינט שוואכער אין גאס ווי מיט 5 יאר, שובה ישראל עד ה' אלוקיך כי כשלת בעוניך עס איז דא אין די גאסן א געוואלדיגע מכשול, בין אין מכבד יעדע ראש בית רב צו זאגן א שבת שובה דרשה ביי זיך אין שטוב פאר די ב''ב, זוהן און די טעכטער בחומר הענין, יעדער איז באחריות וואס מען טוהט ביי אים שטוב ובזכות זה וועט מען געבענטשט ווערן בגמר חתימה טובה ושנה טובה ומוברכת.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר קרויס הי"ו (אנטווערפן), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו. לוי: ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. חמישי: ר' חיים הערש וויינגארטן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו. אחרון: ר' ישעי' בער לעווי הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יודא אשר ראטבארד הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:30.

די מיטאג טיש האט דער רבי געגעסן אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט געלאדענטע בחורי אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת וימים נוראים און מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים און מנהגים פון די ימים נוראים.

נאך די זמירות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה קען מען ארויסגיין פון נ' שערי טומאה.

ברכהמ''ז: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:15. מנחה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זיע''א.

זמירות ביי של"ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'שובה ישראל עד ה' אלוקיך' און געטייטשט אז דורך הערן דברי תורה ומוסר און דעם קול שופר איז מען מתקן דעם פגם פון די אזניים און מען קומט צו צו תשובה און מען איז זוכה צו די בחינה פון קורא לה והיא בא נישט חלילה פון הכישה במקל.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל ב"ר ארי' ראטה הי"ו (לאנדאן), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשח' תשרי תשפ"ד9/23/2023

באריכט
פרייטאג האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמשון סעגעדין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר ישי טייכמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת האזינו ב' שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
ב"ר משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
ב"ר יואל ברמח"י קרויס היו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געלייגט תפילין דרבינו תם בחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים בבכיות עצומות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:45 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 9:20, נאך מעריב האט דער איש ירושלים הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו אריינגעברענגט בקו"פ און אויסגעלייגט על שלחן הטהור אריבער 30 הערליכע נייע שבת'דיגע טליתים מעוטר ומצוייץ מיט גאר מהודר'דיגע ציצית פון ריינע וואל מ'ראשית גז הצאן' וואס איז פערזענדליך געשניטן געווארן דורך כ"ק רבינו הגה"ק במעמד קהל רב חוהמ"פ תשפ"א לפ"ק בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו און איז אפגעשיקט געווארן לכבוד יום הקדוש הבעל"ט בשליחת הקודש פאר די נגידים חשובים וועלכע האבן באשטייערט דעם ריזיגן סכום פון א 'מיליאון דאללאר' ביי די היסטארישע מסיבה 'ראשון למקראי קודש' פארן קרן הבנין החדש, תל תלפיות, דקהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו, דער רבי האט איבערגעקוקט די נעמען פון אלע נדיבים וועלכע זענען אויפגענייעט אויף די בייטליך, און האט מאציל געווען מברכתו הטהורה אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, צו פועלן אלעס גוטס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אלכסנדר זושא ניימאן הי"ו - ר' אליעזר מאשקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגז' תשרי תשפ"ד9/22/2023

באריכט
רֵאשִׁית גֵּז צֹאנְךָ תִּתֶּן לּוֹ

הערליכע נייע שבת'דיגע טליתים מעוטר ומצוייץ מיט גאר מהודר'דיגע ציצית פון ריינע וואל מ'ראשית גז הצאן', פערזענדליך געשניטן דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט''א במעמד קהל רב חוהמ"פ תשפ"א לפ"ק בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו - איז אפגעשיקט געווארן לכבוד יום הקדוש הבעל"ט, בשליחת הקודש ובברכתו הטהורה, פאר די אריבער די 30 נגידים חשובים וועלכע האבן באשטייערט דעם ריזיגן סכום פון א 'מיליאון דאללאר' ביי די היסטארישע מסיבה 'ראשון למקראי קודש' פארן קרן הבנין החדש, תל תלפיות, דקהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו.

וְהַטַּלִּית יִפְרוֹשׂ כְּנָפָיו עֲלֵיהֶם, וְיַצִּילֵם כְּנֶשֶׁר יָעִיר קִנּוֹ עַל גּוֹזָלָיו יְרַחֵף

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת האזינו - שבת שובה שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
תקיעה גדולה אחר נעילה, טעמו ונימוקו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג