בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגט"ז מרחשון תשפ"ד10/31/2023

באריכט
אנאנס
הצלת פליטי חרב קאמפיין אנגעפירט דורך וועד משמרת חומתיך בירושלים עיה''ק פאר היימישע משפחות שומרי תורה ומצוות - גרויס טייל וואס שיקן אין מוסדות עטה''ק, וואס צוליב די מצב המלחמה וואלגערן זיי זיך ארום אן קיין דאך איבער'ן קאפ, און עס ווערט זיי צוגעשטעלט אכילה שתיה און לינה, די הוצאות גייט אריין אין שווערע מיליאנען.
סאטמארע חסידים העלפן ארויס אלע אידן אין יעדער מצב, נעמען א זכות משפחה פון 360 דאלאר און העלפן די וואס זענען אפעקטירט געווארן אין די מלחמה אין ארה''ק.

https://www.fundd.org/161/help-
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יצחק בערנשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן זאגן די טעגליכע קאפיטלעך תהילים האט דער רבי געזאגט די סדר פרקי תהילים וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן היינט דורך כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיטן ביד"צ שע"י העדה החרדית בעיה"ק ת"ו לאור די מצב המלחמה בארה''ק, און נאכן יהי רצון געזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה וכו'.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן לרגל התחלת זמן החורף פאר די 1263 בחורים כ"י, פון די 7 סניפי המתיבתא הק' בקרית מלך רב קרית יואל יצ"ו. דער היכל הגדול פונעם ביהמ''ד איז געווען אויסגעשטעלט בלויז מיט די בענק און צוגעלייגטע הונדערטער בענקלעך צו קענען אקאמאדירן די אלפי תלמידי המתיבתא.

דער רבי האט אנגעהויבן מיט א לענגערן דרוש אויפן פרשה, און געטייטשט אויף נאך פארשידענע אופנים בדברי אגדה משולב בדברי מוסר וחיזוק בג' עמודי עולם תורה עבודה וגמ''ח, און מעורר געווען איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין די ישיבה, ובפרט פון סעודת רעוא דרעוין, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה"ק זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א.

דערנאך האט דער רבי מרחיב געווען דיבורו בעניני אמונה ודעות במשנתו של רביה"ק זיע"א צוליב די שרעקליכע מאורעות הזמן ה"י בארץ ובגולה, די גרויסע צער פון די הרוגים און אלע חללים אפילו די וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצות אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה, הקב"ה איז זיך מצער בצרתן של ישראל און יעדער איד דארף זיך מצער זיין, דערביי האט דער רבי דערמאנט א דרשה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די צווייטע וועלט'ס קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, און ווי ער דריק זיך אויס בלשו"ק אין דברי יואל 'ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא'.

דער רבי האט ברייט ארומגערעדט איבער די הוראה פון רביה''ק זיע''א אז אין אזא צייט דארף מען מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער ח''ו נישט פאר די הצלחה פון די ציונים, דער אויבערשטער איז א כל יכול, דאן האט דער רבי מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הרוגים פון כלל ישראל זענען ליידער דא אידן וואס זיי טוט ענדערש וויי אז דער כחי ועוצם ידי האט געכאפט אזא השפלה און דער קלאפ וואס ס'האט געכאפט אויף וועם זיי האבן זיך פארלאזט, וואס דאס איז טאקע אונזער הנאה די געוואלדיגע השפלה וואס עס האט געהאט פאר די גאנצע וועלט, די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ, און א פערזענליכע קלאפ פארן ראש הכופרים.

דער רבי האט ממשיך געווען מיט זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים, אבער פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו וואס דאס איז אסאך ארגער ווי די רוצחי הגופים, דער רבי האט מסיים געווען מיט א תפילה צום שומר ישראל זאל רחמנות האבן אויף גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם און האט געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:50.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו - ר' ליפא שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו - ר' מיכאל פעקעטע הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה מארקאוויטש הי"ו - ר' יואל בר''ש ווייסמאן הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרב נתנאל מנחם דייטש שליט"א - הרב יואל פיש שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בודק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א - הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל בר"י וויינגארטן הי"ו (מאנסי) - הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' דוד שמואל לאנדא הי"ו (ב''פ) - ר' משה יודא גוטמאן הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלימלך שלמה שווארץ הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי לרגל די שמחת התנאים פון בנו החתן ני"ו וואס איז פארגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי שליט"א און הר"ר מרדכי מתתי' האלפערט שליט"א.

בעת די זמני כניסה זענען אריין א קבוצה בחורי אנשי שלומינו וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט א מתנה א זמירות ברך משה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט"ו מרחשון תשפ"ד10/30/2023

בילדער · 12
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ריש מתיבתא רבתי - ביים זאגן די דרשת פתיחת הזמן לרגל התחלת זמן החורף פאר די 1263 בחורים כ"י, פון די 7 סניפי המתיבתא הק' בקרית מלך רב קרית יואל יצ"ו, בהיכל הגדול פון ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה קרית יואל יצ"ו.
בתוה"ד האט דער רבי אויך מרחיב געווען דיבורו בעניני אמונה ודעות במשנתו של רביה"ק זיע"א צוליב די שרעקליכע מאורעות הזמן ה"י בארץ ובגולה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ד מרחשון תשפ"ד10/29/2023

באריכט
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה פרידריך הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר'ן כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר טוב ני"ו, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' הערשל גלאנץ הי"ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואעשך לגוי גדול' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה משינאווא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"ב חשון.

קה רבון עלם: הרה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט"א אב"ד בוענעס איירעס, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און ס'איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה דוד בבור הי"ו (ארגענטינע). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ. לוי: ר' יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו, - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הרה"ג ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א אב"ד קראלי פלעטבוש. רביעי: החתן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודל בר"י ווייס הי"ו.
ר' בנציון בר"י זאלדאן הי"ו.

שביעי: החתן בן הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א. הוספה: החתן ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו. אחרון: החתן ב"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו.ַמפטיר: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' אליקים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברוך קאליש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:30. מנחה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל ווייזער הי"ו (וומסב''ג). כהן: ר' הערשל גלאנץ הי"ו. לוי: ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב יחזקאל גרינפעלד שליט"א (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברכך ואגדלה שמך' און געטייטשט אז ווען דער אויבערשטער העלפט עס קומט אריין א ברכה אין די געלט דארף מען נזהר זיין עס זאל זיין ריין געלט, אזוי קען מען האבן א אמת'ע קשר מיט די תורה און מגדל זיין ערליכע דורות, ווייל אויב מען האנדעלט נישט ערליך גייט אריין א השפעה ביי זיך און אין די קינדער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
מוצש''ק ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויפ'ן זכות 'שם הבנין' פונעם בנין הבית רחל החדש אין מאנסי וע"ש יקרא "בנין אליהו ניישטאדט", עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א מנהל במוסדותינו הק' מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער און אייניקלעך פונעם נדבן.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין מאנסי ווי עס זענען פארגעקומען עטליכע חתימת שטרות לטובת מוסדותינו הק' אין מאנסי.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א 'זכות שער' בבנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי, וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות רב פונעם נדבן און בפרט פאר בית מדרשינו החדש בשכנות דזשיל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א 'זכות שער' בבנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם נדבן פאר קהלתינו הק' אין מאנסי און בפרט פאר התאחדות אברכים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגע שטוב און אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה.

דערנאך איז דארט פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יוסף הערש גראס הי"ו האט אפגעקויפט א זכות 'יסוד הבנין' אינעם בנין הת"ת דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך זענען אריין עסקני התאחדות אברכים און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות, צווישן אנדערע פונעם נייעם כולל יום ראשון פאר בעלי בתים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
נייעס
היום יום א' - י"ד מרחשון
חל היארצייט של הרבנית הצדיקת
מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה
הרבנית מסעמיהאלי - סאסוב

היות שלא הניחה זש"ק נא ללמוד משניות, לומר פרקי תהלים, להדליק נר או לעשות איזה דבר טוב לעילוי נשמתה.
ת.נ.צ.ב.ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג