בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגכ"א מרחשון תשפ"ד11/5/2023

באריכט
שב''ק פרשת וירא שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים און איז צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ירושלים.

מען האט געענדיגט ארום 7:45. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הר''ר צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אב"ד נאפקאר מאנסי.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אליו ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הפקר עושה קנין.

קה אכסוף: הר"ר שלמה רובין שליט"א (ב"פ), ברכהמ''ז: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

ביים טיש איז אויך פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכדת הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען, ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מנדבורנא לינסק.

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אויך האט דער רבי געטיילט שיריים פארן חתן און די מחותנים, אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי ר' אברהם מנחם ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.

דערנאך האט דער בדחן הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגערופן רבינו שליט"א צו מצוה טאנץ און דער רבי האט מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן. נאכדעם האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, האדמו"ר מטאמשוב שליט"א, און די מחותנים שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטאנצן אז ביום השביעי אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: אב"ד נאפקאר מאנסי שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ דעם מחותן הרה''ג ר' ארי' מנחם מענדל רובין שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום נויפעלד הי"ו (ירושלים), פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א.

עליות. כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א (וומסב''ג). לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א. שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. רביעי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. חמישי: האדמו"ר מטאמשוב שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
ר' יואל זאב שווארץ הי"ו.
ר' ליפא ברא"ש בראך הי"ו.
ר' אברהם בר"א פארגעס הי"ו.
ר' מאיר זידא ברב"י ווייס הי"ו.
ר' יוסף בר"י בערגער הי"ו.

שביעי: האדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א. הוספות: החתן הרב ישעי' רובין שליט"א. החתן בן הר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א. החתן ב"ר יואל וויינגארטן הי"ו. החתן ב"ר אברהם יודא סאמעט הי"ו. החתן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבה: הרה''ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.

מוסף: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. פתיחה לאנעים זמירות: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: הר"ר אברהם יודא סאמעט שליט"א (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל וויינגארטן הי"ו (מאנסי). כהן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם' און געטייטשט אז מען קען צוקומען צו תשובה שלימה אויב געט א מענטש אוועק ממונו פאר צדקה, וואס איז א סימן אז ער געט זיך אויך אוועק פארן הייליגען באשעפער, אזוי אויך אויב מען איז מנדב שינה צו לערנען תורה וואס איז אויך א ענין פון מסירת נפש, אבער אז מען געט צדקה נאר אז מען וויל זיך מיט דעם כשר'ן איז עס נישט לרצון לפני ה'.

ידיד נפש: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א. קל מסתתר: הר''ר שלום נויפעלד שליט''א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

מוצש''ק ארום 10:45 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרבצת התורה פון זקינו הרה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל און סיפורים פונעם ארי' דבי עילאי זיע''א, אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון זיין באזוך בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביז די גאס.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך מתפללי הביהמ''ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א.
מען האט געזינגען זמירות פון מלוה מלכה, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים לתורה וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע שעות תורה וואס עס קומט ארויס פון די ביהמ"ד, דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי תורה און ארומגערעדט בדברי שבח פון קרית יואל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ווי דער רבי האט דערמאנט א קשיא וואס איינער פון די קינדער פון האדמו"ר מטאמשוב שליט"א האט געפרעגט אויף די תורה פון פרייטאג צונאכטס און עס פארענטפערט, און דערנאך ארומגערעדט בשבח הביהמ"ד זאגענדיג אז דאס ביהמ"ד איז די מערסט באנוצטע ביהמ"ד אין קר"י נאכן ביהמ"ד הגדול, און מסיים געווען בברכת קדשו.

עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אבי הכלה חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, ברכות ראשונות: דער אבי החתן שליט"א, ברכה אחריתא: הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שבע ברכות בחצרות קדשינו נעכטן מוצש''ק צוגעשטעלט דורך מתפללי ביהמ"ד אהל פיגא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א בביקור בקו'''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי של''ש נאכן שבת של שמחה שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ' מרחשון תשפ"ד11/4/2023

באריכט
פרייטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה אברהם לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל צבי הירשפעלד הי"ו.
ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבערן מצב אין ארה"ק, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אראפ אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן בחצרות קדשינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און עס האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט''א.

נאך די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק בעניני פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש, מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם כהן.
מען האט געענדיגט ארום 8:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' זלמן לייב שטערן הי"ו - ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור און דעם בעל הברית בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש. נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת בנו הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול איבער עניני נשואין און איבער דעם שווערן מצב בארה"ק, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און דערנאך ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיטן דיין שליט''א.

פון דארט ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט''א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגער סופרים פונעם איגוד הסופרים קרית יואל, דער רבי האט זיך געוואשן, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר''י וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות לטובה פונעם איגוד הסופרים וואס איז געגרינדעט געווארן בברכתו ובעידודו פון רבינו שליט"א.
במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן און האבן אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, און דערביי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמועסט באריכות אלע צדדים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצן עולם ארום דעם זאל.
ברכהמ''ז: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקרית יואל, ברכות ראשונות: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ירושלים, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א רב קהילת דושינסקיא לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"ד11/2/2023

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת וירא, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
כל הקובע מקום לתפילתו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
ווידיאו
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מצווה טאנץ פון כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ברכהמ''ז ומצווה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ריקודין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת נישואי נכדת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ג' וירא בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' ישראל שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר משה בנימין יצחק כהן הי"ו.
ב"ר יצחק יודא דוד אונגאר הי"ו.
ב"ר יואל בנימין דייטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' משה יושע ווייס הי''ו, און האט אויסגערעכנט דעם גרויסן יחוס כנהוג.
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א. מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול ה' בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן דעם עלטער זיידן פון די כלה כ''ק גאב''ד סיגעיט שליט''א.
קריאת הכתובה: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק טאמאשוב שליט''א.
עדי קידושין: הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.
ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:25 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אום 10:00 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת מונקאטש בן כ''ק אדמו''ר ממונקאטש שליט''א.

נאכן בענטשן האט דער בדחן ר' משה יושע ווייס הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א, און ביים סוף ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ דעם זיידן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, און נאך זיין מצוה טאנץ איז רבינו שליט''א ארויס אין א ריקוד מיט האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

דערנאך האבן געטאנצן די זיידעס הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א דערביי איז דער רבי געטאנצן מיט אלע מחותנים און זיידעס באזונדער, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:25.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגער סופרים פון איגוד הסופרים קרית יואל, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל נשואי נכדתו למז"ט, היינט פארנאכטס אין די זאלן פון שאפינג סענטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ז מרחשון תשפ"ד11/1/2023

ווייז פריערדיגע טעג