מעמד ההודאה ביום ההצלה כ"א כסלו בהיכל המתיבתא - ישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, בראשות ריש מתיבתא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. נואם הכבוד: הרה''ג ר' יעקב שפירא שליט''א, וועלכע רבינו שליט''א האט אים אויך מכבד געווען צו דערציילן איבער א אסיפה נעכטן איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די בית רחל, בקרב קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו. נואם הכבוד הגה"צ ר' שמואל שמעלקא כהנא שליט''א אדמו"ר מפשעצליאוו אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ''ו נואם הכבוד: הרה''ג ר' נתן אלי' שטערן שליט''א ראש ישיבת תורת חסד בירושלים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו, בהשתתפות הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט''א רב מערב בני ברק, כ''ק אדמו''ר מזלאטשוב נתני' שליט''א וועלכע האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות. נואם הכבוד: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א מנהל מתיבתא סניף ברך משה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק. נואם הכבוד: אדמו''ר משבט הלוי שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך איגוד יושבי אוהל שע''י כוללי דקהלתינו הק' לכבודו פון די מחותנים. החתן בן הרה''ג ר' לוי יצחק האניג שליט''א מגי''ש יושבי אוהל מיט הכלה בת הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי''ו. החתן בן הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א מנהל מבצר הכוללים קר''י מיט הכלה בת הרה''ח ר' משה גאלדבערגער הי''ו. פארגעקומען נעכטן זונטאג אין די זאלן פון סעפייער אין קר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די סעפייער זאל צו די מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך איגוד יושבי אוהל דקהילתינו הק' לכבודו פון הרה''ג וואלף אהרן טעללער שליט''א מנהל מבצר הכוללים קר''י, און לכבודו פון הרה''ג ר' לוי יצחק האניג שליט''א מגי''ש ביושבי אוהל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און זיידעס, און משמיע געווען דב"ק ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם איגוד יושבי אהל וואס געט די געלעגענהייט פאר אינגעלייט עוסק צו זיין בדבר הלכה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט געהאט די זכי' מנדב צו זיין דעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יצ"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:05, און מעריב ארום 6:15 בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה פישער הי"ו, באולם גינת קליין. הר"ר מענדל ווייס שליט"א - ר' אלי' יודא ראטה הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. נאך די חופות האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'בנינו ודורותינו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ז לפ"ק.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב זאנוויל וויינבערגער הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' פנחס שלעזינגער שליט"א ראש ישיבתינו אין לאנדאן יצ"ו. דערנאך האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה.
ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק שליט''א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד אין דעם טאג, און איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג.
ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין דאנקן השי''ת על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן, אויף די ניגוני הודאה פון חסדי ה', והיא שעמדה, און נאך.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל. דער חשובער יו"ר שליט"א האט ממשיך געווען בחיוב ההודאה און ארויסגעברענגט די שמחה וואס פלאקערט אין די הערצער פון אנשי שלומינו איבעראל אין די גאנצע וועלט, און דערנאך האט זיך זיך דער רבי נאכאמאל אויפגעשטעלט און ממשיך געווען אין א פייערליכע טאנץ אויף בך בטחו און ניגוני הודאה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג. דערנאך האט ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע איז געקומען און באגלייטונג פון הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, דער מעיאר האט אויפגעטרעטן זאגענדיג זיין שטענדיגע הילף פאר קהלתינו הק', בפרט פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק, און זיך באדאנקט אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק. דערנאך איז דער מעיאר יר"ה צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א, און ר' מרדכי אלעזר האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
ארום 10:45 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון מרן רבינו שליט"א, צום ערשט האט דער רבי גערעדט בשבח המוסדות, און די חיוב שטיצן די הייליגע מוסדות, און דערנאך משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה"ק בעל הנס זיע"א, און ממשיך געווען איבער לימוד התורה בחבורת יסודי התורה וועלכע האט יעצט אנגעהויבן מס' סוטה, איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה פארן דאווענען, די נושא פון מלבושי נשים און די עגמת נפש וואס קומט ארויס ווען מען איז מזניח אינעם צניעות. דער רבי האט דערמאנט דעם מצב המלחמה אין ארה"ק בפרט די רציחה אויף א ת"ח א מורה הוראה פארגאנגענער וואך הי''ד במהרה לעינינו, די ווייטאג אויף אלע אידישע נפשות וואס ווערן ליידער פארלוירן, עס איז נישט 'אונז' און 'זיי', מיר האבן נישט קיין חלק אין די מדינה, זייער מיליטער איז נישט אונזער מיליטער, מיר זענען זיך משתתף אין די צער פון אחב"י אין ארה"ק, און מיר זענען מתפלל אויף די הצלה אבער נישט אויף די הצלחה פון די ציונים, דער רבי האט אויסגעשריגן זיין ווייטאג ווען מען זעט געוויסע מנהיגים זענען מחזק דעם ציוני'סטישן מיליטער, זיי שיקן טאנצן פאר אוכלי נבילות וטריפות, און דערמאנט א אסיפה נאכן הקמת המדינה ווי רביה''ק בעל הנס זיע''א האט געזאגט אז די מדינה איז נישט קיין מציאות א זאך וואס איז נגד התורה איז נישט קיין מציאות!, במיוחד האט דער רבי דערמאנט די פראטעסט אין וואשינגטאן, ווי די אגודת ישראל פארטיי האט אפיציעל געשטיצט זיך צו באטייליגן ביי דעם פארזאמלונג, וואס איז געווען לחיזוק הציונית, בתערובת אנשים ונשים, רובם ככולם מחללי שבתות פורקי עול. דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט דערמאנט די פריערדיגע גזירות בעניני דת, מציצה בפה, ביי קאראנא צו פארמאכן די בתי מדרשים, מוסדות התורה און די קעמפס, ועוד, ווי כלל ישראל איז געווען אנטשלאסן און די רעגירונג האט געזעהן אז מיר זענען א עם קשה עורף, אויך יעצט ווען די רעגירונג פארלאנגט מען זאל אויסוועלן איינס פון זיבן פעטוועיס פאר די מוסדות דארף מען שטיין פעסט און מען זאל נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, עם ה' חזקו ונתחזקה און אויסגערופן א ריף צו אלע ערליכע מוסדות חלילה זיך נישט לאזן פון די וואס פארפירן דעם ציבור און נישט ענטפערן די רעגירונג, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה אין מאנסי דורך די רעגירונג אינסטאנצן ווי אלע אלע מוסדות אין ראקלענד קאונטי, האבן אינאיינעם באשלאסן צו איגנארירן די אסיפה און קיינער איז נישט אנגעקומען, יפה עשיתם, און נאר אזוי וועט מען בעז''ה מצליח זיין, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש והדרכת השנה פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל.
ערשטע בילדער פונעם צענטראלע מעמד ההודאה, ביום ההצלה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס, ווי עס איז צוגעשטעלט טויזענטער ליינס. 3518887117 6053136528
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
בך בטחו אבתינו בטחו ותפלטמו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בך בטחו אבותינו
אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום צענטראלן מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס. 3518887117 6053136528
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ווידיאו
פולע טויזענטער אידן פילן שוין איבער דעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, ביים מעמד ההודאה רבתי כ''א כסלו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17
דינער השנתי לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכע מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל יצ''ו, במעמד אלפי תושבי קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו יום ב' וישב, בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די בית רחל, בקרב קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די תלמוד תורה, בקרב קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
היום! ברבבותינו! מעמד ההודאה המרומם, ביום ההצלה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעהבאריכט
מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער דינער לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכן מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל, פארגעקומען אינעם גיגאנטישן בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הר''ר משה אהרן פילאפף שליט''א, זכרני ימים מקדם: איז פארגעקומען א פאנעל דורך הרה''ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי''ו פון די ערשטע תושבים אין קר''י און הרה''ח ר' משה יודא הירש הי''ו פון די ערשטע תלמידים אין מוסדות קרית יואל, בקורת ימי עיר הקודש קרית יואל, אלס נואם הכבוד האט געדינט הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א וואס האט ארומגערעדט איבער די רגש'דיגע מאמענטן ווען מען האלט 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל. שעה של הודאה בשירה ובזמרה דורך די מלכות קאפעלע אינאיינעם מיטן בעל מנגן הרב יעקב דאסקאל הי''ו פון ארה''ק, ומעמד ההודאה אנגעפירט דורך הר''ר עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו.
ארום 10:20 האט מען מקבל פנים געווען דעם מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ עטליכע מינוט חסדי ה' און נאך נגוני הודאה בשבח והודאה שטייענדיג 50 יאר פון תורה ויראה בעיר הקודש קרית יואל.
דאן איז פארגעקומען א לענגערע מייסטערהאפטיגע נגינה פרעזענטאציע פרקי חרוזים בקורת ימי העיר אפצייכענונג 'פופציג יאר קרית יואל'. דער יושב ראש האט ממשיך געווען מיט זכרונות פון קרית יואל מימי נעוריו, און האט אויסגערופן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי''ו מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון מוסדות קרית יואל פון אזויפיל ווי 73 מיליאן דאלאר א יאר, מיט אירע 12,000 קינדער און 1300 איינגעשטעלטע בליעה''ר כן ירבו, און ארויסגעברענגט די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל' וועלכע בויעט יעצט צוויי גיגאנטישער בנינים סיי פאר די ת''ת און סיי פאר די בית רחל און וואס מען זעהט שוין יעצט אז ווען מען וועט ענדיגן דעם בנין הבית רחל וועט שוין נישט זיין קיין פלאץ און מען וועט שוין תיכף דארפן בויען א פרישן בנין, און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, נאך די דברי תורה האט דער רבי באש קודש דערמאנט דעם גזירות החינוך אין ניו יארק, בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו, דורך די תורה פון תשב''ר האבן די ידי עשיו נישט קיין שליטה, בעזר ה' וועלן מיר שטיין על המשמר אויף טהרת החינוך מיט מסירת נפש, דער רבי האט ממשיך געווען איבער די גרויסע הצלחה פון מוסדות קרית יואל אין אלע תחומים וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט, און ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התרגשות ווי אריבער הונדערט בחורים פון די מוסדות האבן זיך פארהערט שווערע הונדערטער בלעטער גמרא בע"פ, די געוואלדיגע הצלחה וואס מען זעט ביי חינוך הבנות, און ארויסגעברענגט דעם פראבלעם ווי די היינטיגע מאדעס דרינגען אריין אין די שולע, און מען דארף זען אנצוהאלטן דעם הויכן סטאנדארט אין צניעות, און אויפגעברענגט א פלאן פון די הנהלת המוסדות אויפצושטעלן א פאבריק צוצושטעלן מערערע אויסגעהאלטענע בגדים אונטער די השגחה פון די מוסדות, און דערמאנט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות קרית יואל ווי עס בויעט זיך צוויי גאר גרויסע בנינים אדירים, און מעורר ומעודד געווען אנ"ש יעדער איינער דארף שפירן ווי דאס איז זיין פראיעקט און האבן א חלק אין דעם כפי יכולת. דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם 'קרן מלמדים' וועלכע געבן סכומים הגונים פאר די מלמדים בעת שמחתם, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס טוען עס יעצט אויסברייטערן צו פארטיילן אויך פאר די מרביצי תורה פון די ישיבות קטנות, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו''ט חנוכה דורכצולערנען די קדושות לחנוכה פונעם הייליגן קדושת לוי. דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נייעם מסגרת אין מוסדות אין קרית יואל וואו מען גיט אריין אין די קינדער ברייטע און רייכע ידיעות התורה, און געזאגט 'אלמלא לא ראיתי לא האמנתי' ווי סאך און ווי גוט די קינדער קענען. דער רבי האט געוואונטשן די עסקנים מיט הצלחה אויף להבא, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
שב''ק פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א מיט אן אפיעל לטובת די דינער פון מוסדות קרית יואל היינטיגן מוצאי שבת. קבלת שבת: הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הצילינו נא מיד אחי מיד עשיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין אונאה לעכו"ם.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב ביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם גרויסן מגיד הרה''ק רבי ר' בער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שבת י"ט כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אויך איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א ראש ישיבתינו הק' לאנדאן יצ"ו, דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען חסדי ה' לכבוד די יום ההצלה כ"א כסלו די וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד סופר שליט"א אב"ד פאקש וומסב''ג.
עליות. כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר מענדל ווייס הי"ו – באווארפען. רביעי: החתן ב"ר ישראל שעהר הי"ו. חמישי: החתן בהר"ר וואלף אהרן טעללער שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: הרה"ג ר' אברהם שמשון הורוויץ שליט"א. ר' יעקב בר"י קרויס הי"ו. ר' דוד צוויבל הי"ו. ר' אהרן העניך טייטלבוים הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו. הוספות: החתן ב"ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו. החתן ב"ר אפרים ווייס הי"ו. אחרון: החתן ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' יוסף יואל כהן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו. שלישי: הרה"ג אב"ד בוטשאטש מאנסי שליט''א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ג ר' מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישלח יעקב מלאכים לפניו' און געטייטשט אז די נסיון העושר איז באמת גרעסער ווי די נסיון העוני, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטען אליינס ווערט מען ניצל פון דעם, מיטן כח פון שב''ק איז מען זוכה אז ברכת העושר זאל זיין א ריינע ברכה.
ידיד נפש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' פסח אונגאר הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו. ב"ר יושע קאהן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו - ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו. ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה - ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם יששכר כייעם הי"ו. ב"ר אליעזר דוד גליק הי"ו. ב"ר שלום ברעכער הי"ו. ב"ר שלום אליעזר בראך הי"ו. ב"ר יצחק חננאל טייטלבוים הי"ו. ב"ר לוי יצחק ליכטענשטיין הי"ו. ב"ר משה דוד וויינגארטן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - הר''ר בנציון אליהו זאלדאן שליט''א, באולם כינור דוד. ר' מרדכי וואלטער הי"ו - ר' יואל ברמ"י גרינפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו - ר' גדלי' אפפעל הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הצדיק רבי משה ראטה שליט"א גאב"ד קהל יראי ה', עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכות סת"ם ובהכות עירובין ומענין לענין בעניני חנוכה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט בכבוד. אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט''א רב דביהמ''ד קרעטשניף - סיגוט וומסב''ג, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ח כסלו תשפ"ד12/1/2023
בילדער · 7
גיגאנטישער 'אודיטאריום' אין אירע ניי צוגעלייגטע גאלעריען פראכטפול צוגעגרייט צו קענען אקאמאדירן אלפי תושבי קרית יואל צום מעמד אדיר 'יובל החמישים' דעם מוצש''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכע מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון תורה ויראה בעיר הקודש קרית יואל יצ''ו.
קומט פאר אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען, בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וישלח, שנת תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
- עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: זכה, נוטל חלקו וחלק חברו בג"ע (המשך). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
- עם מאמר נפלא 'ממעיין השבוע' בענין: על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה. מאת הג"ר ברוך שטערן שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן