בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

זונטאגי"ט טבת תשפ"ד12/31/2023

בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו החשובים, נעכטן מוצש''ק בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דאנערשטאגט"ז טבת תשפ"ד12/28/2023

מיטוואךט"ו טבת תשפ"ד12/27/2023

באריכט
מאנטאג פארמיטאג זענען אריין בקו"פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א קבוצה פון די חרדי'שע קהילה אין סינסינעטי אהייאו, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ארטיגע קהילה און מוסדות, ובפרט איבער די ביקור חולים וואס זיי געבן זיך שטארק אוועק באש"ל מלא פאר די אלע וואס דארפן אנקומען צו די דארטיגע שפיטאל.
דער רבי האט געזאגט דברי חיזוק און מאציל געווען מברכת קדשו, און ספעציעל איבער די גרינדונג פון די חברה הצלה דארט, ווי די הנהלת חברה הצלה פון קרית יואל שטייט זיי צוהילף בכל מה דאפשר.
ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן רב הרב אברהם וויינרעב שליט"א און פארן רב הביקור חולים הרב ישראל קויפמאן שליט"א וועלכער שטייען בראש פון אלע פעולות און עסקנות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דינסטאגי"ד טבת תשפ"ד12/26/2023

בילדער · 5
שמחת ברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בן הנולד אצל נכדו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ ר' יואל שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
הגה''צ ר' יהודא דייטש שליט"א משפיע ברסלב בארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט די ראשי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק אינאיינעם מיט די ראשי העסקנים, ווי רבינו שליט"א האט געפאדערט בכל אופן צו העכערן די סכומי התמיכות וואס ווערט געשיקט פונעם אמעריקאנעם אפיס פאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

זונטאגי"ב טבת תשפ"ד12/24/2023

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים נעכטן מוצש''ק אינעם נייעם 'מיטב גראסערי' אין קרית יואל ווי אלעס ווערט פארקויפט אויף האלסעיל פרייזן.
ווערט געזעהן הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א און הגה''צ אבד''ק טאלטשאווע קר''י שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נעכטן מוצש''ק ביים שמחת השבע ברכות אין שטוב פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי לרגל נשואי בתו למז"ט, אינאיינעם מיט א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' רפאל הי"ו האט אפגעקויפט צוויי כתות בבנין התלמוד תורה החדש אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
תלמידי ישיבת דינוב וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל, בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נעכטן מוצש''ק אינעם נייעם 'מיטב גראסערי' אין קרית יואל ווי אלעס ווערט פארקויפט אויף האלסעיל פרייזן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מיטוואךח' טבת תשפ"ד12/20/2023

ווייז פריערדיגע טעג