בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ו טבת תשפ"ד12/27/2023

באריכט
מאנטאג פארמיטאג זענען אריין בקו"פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א קבוצה פון די חרדי'שע קהילה אין סינסינעטי אהייאו, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ארטיגע קהילה און מוסדות, ובפרט איבער די ביקור חולים וואס זיי געבן זיך שטארק אוועק באש"ל מלא פאר די אלע וואס דארפן אנקומען צו די דארטיגע שפיטאל.
דער רבי האט געזאגט דברי חיזוק און מאציל געווען מברכת קדשו, און ספעציעל איבער די גרינדונג פון די חברה הצלה דארט, ווי די הנהלת חברה הצלה פון קרית יואל שטייט זיי צוהילף בכל מה דאפשר.
ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן רב הרב אברהם וויינרעב שליט"א און פארן רב הביקור חולים הרב ישראל קויפמאן שליט"א וועלכער שטייען בראש פון אלע פעולות און עסקנות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע