מסיבת לחיים בבית הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א לרגל פתיחת ישיבה גדולה בלאנדאן תחת נשיאת הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. מיט החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה''צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ''ל דומ''ץ ויואל משה.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדבאריכט
דינסטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו. ב"ר געציל לאדינסקי הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס איז אויך אנוועזנד געווען ביים לחיים הרה''ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא בארה"ק און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מצב הישיבות פאר עלטערע בחורים אין ארה"ק.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בתו הכלה קומענדיגן ג' כי תשא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו. ב"ר אברהם אלי' פייערשטיין הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש פאררופן דורך רבינו שליט''א, מיט די עסקני והנהלת הקרי', און די קרית יואל ווילעדזש איינגעשטעלטע, דן צו זיין וויאזוי מען קען טרעפן רעאליסטישע און לעגאלע לעזונגען צו נידערן די דירות פרייזן. דער רבי איז איבערגעגאנגען ציפערן פון די שטחים און דירות, יעצטיגע און צוקונפטיגע, פון אין קר"י ווילעדזש און פון דרויסנדיגע געגנטער, און לפי זה אריינגעקוקט אינעם מצב, און מען האט דן געווען א לאנגע צייט אין פרטי פרטים וואו דער געברויך איז די מערסטע אויפן קורצן טערמין, און וואסערע עמערדזשענסי אפציעס מ'קען אויפטרעפן צו לעזן דעם פראבלעם אז אנ''ש וואס בלוטיגן זאלן טרעפן א מנוח לנפשם, א דאך איבערן קאפ אן קיין ים פון חובות, קרית יואל זאל ווידער זיין א וועגווייזער פאר אנדערע דעוועלאפערס און געגענטער וויאזוי צו ברעכן דעם הויעכן מארקעט וואס איז העכער די מענטשליכע לעבנסשטייגער מעגליכקייט. מען האט דן געווען די אפציעס פאר א שנעלע לעזונג 'אויפ'ן מינוט' צו ברענגען א מאמענטאלע דערלייכטערונג, אין צוגאב צו די פלענער פון עפארדעבל דירות, און אנעקסעישנס, עס זענען ארויפגעקומען עטליכע נייע געדאנקען, און דער רבי האט באשטימט אז ווי נאר די דעטאלן פון די געדאנקען און ציפערן און לעגאליטעטן ווערן קלאר, זאל מען זיך ווידער צוזאמזעצן און שפאנען פאראויס.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. ר' יואל בר''א היילברוין הי"ו - ר' יעקב קליין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברג''ש מייער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותניםַ ר' פישל קויפמאן הי"ו - ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו. ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו - הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הקדושים זיע''א לקראת די שמחת החתונה בחצרות קדשנו מארגן מיטוואך תרומה אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במקהלות אלפי ישראל ברנה יתפאר
די שטאט קרית יואל האט מיטגעלעבט מיט דערהויבענע געפילן די לעכטיגע המשכה און פרעכטיגע הרחבת גבולים פונעם כח הרוחני אינעם סאטמאר'ער עיר הקודש ביי פייערליכער מעמד אדיר ונשגב 'קהלא קדישא', ווי די טויזענטער תושבי עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו כל קהלא קדישא הדין האבן אינאיינעם בקול רנה ותודה אפגעגעבן דעם שיר ושבח אפצייכענדיג א פולע 'יובל שנים' פון התייסדות העיר הקודש קר''י וואס איז צעוואקסן און צעבליעט מיט א אויסטערלישע הרמת כח הקדושה. בתוך קהל ועדה האבן די טויזנטער תושבי העיר וחברי קהלה געפייערט די היסטארישע דערגרייכונג פון חמשים שנות ק"ק קרית יואל, מיסודו של רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א בשנת תשל"ד, וואס ווערט נמשך בגאון ועוז דורכ'ן מרא דאתרא קדישא הדין כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א.
די ריזן 20,000 סקווער פיס היכלי ביהמ"ד הגדול קרית יואל ואגפי' איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די פילע טויזנטער חברי קהלא קדישא הדין, אויך איז די ווייבער שולן געעפנט געווארן מיט פלאץ פאר די הונדערטער בחורי חמד צו מיטהאלטן דעם מעמד. א רייכע קונטרס 'קהלא קדישא' איז ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד מיט א ברייטע אפהאנדלונג אויף די שטאטישע בליענדע ווערטשאפט.
צו די באשטימטע צייט האט דער יו''ר המעמד הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו געעפענט דעם מעמד, און עס איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פון די שטאט קרית יואל. דערנאך איז פארגעקומען א 'פאַנעל' מיט מנהלי מפעלים אינערהאלב די קהלה. הר''ר יואל וויינבערגער שליט”א - מפעל קביעות עתים. הרה”ג ר’ בערל מרגליות שליט”א - ועד הרחבת גבולים. הרה”ג ר’ איתמר מייזליש שליט”א - התאחדות אברכים. הרה”ח ר’ יעקב אלי’ רייזמאן הי”ו - חתונה תקנות. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה”ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט”א מנהל בית הוראה דקרית יואל אלעס איבערן בית הוראה און די וועדי הוראה פון אלע אפטיילונגען.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע האט ארויסגברענגט די אויסגעצייכנטקייט פון די שטאט קר''י אין יעדן הינזיכט בליעה''ר, און די זכי’ צו וואוינען אין אזא מקום וואס טראץ די נישט-גרינגע עבר האט זיך אויפגעבויט אזא הייליגע אימפעריע מיט א מרא דאתרא 40 יאר אין א צי, מיט א געוואלדיגע כח הקדושה. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק.
ארום 11:05 איז רבינו שליט''א ערשיינען אין ביהמ''ד, און הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר די פולע עסקני עיר הקודש קר''י ובפרט פאר הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו ראה''ק וראש העיר און פאר הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו, און דערביי ארויסגערופן ר' אברהם אפצונעמען זיין פרס הכרת הטוב, דערנאך האט ר' דוד פרעזענטירט די גיגאנטיש-מאסיווע פלענער פאר מעכטיגער פילשטאקיגער 'בנין אדיר וענק' אויפ'ן ביהמ”ד הגדול און דערביי איז אויסגעטיילט געווארען א קונטרס מיט די ערשטע פלענער פונעם פראיעקט. דערנאך האט דער מרא דאתרא כ”ק רבינו שליט”א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכת העיר, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', און געטייטשט בדרך אגדה אויף עטליכע אופנים, און מאריך געווען בשבח פון די עסקנים ונדבנים בעבר, בהווה, ובעתיד להרחבת גבולי הקדושה בכמות ובאיכות, און ארויסגעברענגט צו ווערן שותפים אין די צענטראלע קאסע פאר די שטאט וואָס איז ווי די גאלד פאַר די מנורה אין בית המקדש 'והי’ המשכן אחד, יעדער וואס האט א טייל ערהאלט די השפעות קדושות פון ‘אלע חלקים’ פונעם גאַנצן משכן!, ווען איינער איז מנדב פאר קהל, האט ער אַ חלק אין ‘אלעס’ וואס מען טוט אין די גאַנצע פאַרברייטערטע שטאט, יעדער נדבן און עסקן אין סיי וועלכע פעולה להרחבת גבולי הקדושה, האט א חלק אין אלעם, אַלעס איז איין תכלית, הרחבת גבולי הקודשה בקהלא קדישא הדין. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אין מערערע דברים העומדים על הפרק. קדושת העיר: קרית יואל איז א כלילת יופי ב”ה א עיר מלאה חכמים וסופרים, תלמידי חכמים, בעה"ב, אברכים, בחורי חמד, נשים כשרות וצניעות, יעדער וואס וואוינט אין שטאט און אין אירע אלע געגענטער, אויב גייט ער אין די דרכים פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וויאזוי ער האט געוואלט, איז דער רבי מגין אויף אים, און פארקערט ח''ו פארקערט, די השפעה פון רביה''ק זיע''א שיינט ארויס פון יעדע ווינקל, צרכי עמך ישראל מרובין, זה בכה וזה בכה אין זכות פון די תורה ותפילה וועט הקב"ה הערן אלע בקשות און ממלא זיין די בקשות לטב ולחיים ולשלם, דערביי האט דער רבי בקול חינוק בדמעות דערמאנט לרפו''ש הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה לרפו"ש וגמירא בתוך שאר חולי ישראל. ואבדיל אתכם: ליידער וויל ניו יארק מטמא זיין אונזער חינוך, אונז זאג מיר פאר די רעגירונג אז מיר וועלן נישט מקבל זיין קיין שום הדרכה פון זיי איבער חינוך, און מיר גייען נישט מאכן קיין שום שינויים אין די חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הק' זיע''א, הצילני נא מיד אחי מיד עשיו, סיי פון די רשעים פון יאפעד וואס שטיפן דעם גזירה, און סיי פון פערל’ס וואס נעמט א מהלך פון פשרות.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די דירות אין קרית יואל: מען קוקט ארויס אויף צוקונפטיגע אנעקסעישן פון פרישע שטחים צום ווילעדזש, אין אפאר חדשים קען מען אנהייבן מיט וואודבורי [צו ענדיגן ביז 3 יאר אי”ה], און שפעטער נאך 4 יאר קען מען אנהויבן ארבעטן אויף אנעקסעישן פון מאנרא (סעווען ספרינגס זייט), און עס פאדערט זיך יעצט פעולות פון פאראויס: 1) וויאזוי צו פארזיכערן אז פריוואטע לאנד אייגנטומער זאלן נישט ארויפשרויפן לאנד פרייזן, ווי ס’האט פאסירט מיט די שטחים פון יעצטיגע דעוועלאפמענט’ס אין קרית יואל. 2) אויך פאדערט זיך צו טרעפן א מהלך צו פארמיידן דאס 'פליפן' פאר טייערער, וואס דאס ברענגט דעוועלאפער צו פארקויפן ענדערשט גלייך פאר טייער, וואס דאס קאסט אידיש בלוט, און דערביי האט דער רבי פאררופן אן אסיפה מיט די הנהלת הקרי' און עסקנים, צו טרעפן א מהלך אויך פאר יעצט, צו קענען פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו צו קענען קויפן א דירה, אין צוגאב צום אנגייענדן פלאן וואס דער רבי האט שוין געמאלדן איבער עטליכע הונדערט ביליגע דירות אי”ה. דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש פאר אלע תושבי העיר, עסקני העיר, און אלע נדבנים, און יעדער וואס האט א חלק אינעם שטאט בכל מילי דמיטב און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דברות קודש האט הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו אויסגעשמועסט די ערשטע פרטים פונעם מאסיוון פראיעקט פונעם בנין הענקי ביהמ''ד הגדול והחדש בקרית יואל, א היכל הביהמ''ד הגדול פון 52 טויזענט סקווער פוס, נאך 2 גאליריען פון 35 טויזענט סק. פיס, א ס''ה פון 16,700 זיצן, עזרת נשים 4,400 זיצן היכל השלחנות פון 22 טויזענט סק פיס. 8 עקסטערע גרויסע דאווען שטיבער אויף די אינטערשטע שטאק, מיט נאך 8 גרויסע פארלערנען שטובער, היכל התורה מיט 1200 זיצן, גרויסע מקוה מיט 475 זיצן, 86 שאוערס, נאך צוויי ריזיגע בורות אזוי גרויס ווי די יעצטיגע 4, צו א ס''ה פון 6 בורות.
זונטאג פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו. ב"ר יושע וואלדמאן הי"ו. ב"ר יושע פרענקל הי"ו. ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו. ב"ר יודא ווייס הי"ו. ב"ר חיים ווערצבערגער הי"ו. ב"ר חיים מנחם מענדל פייערשטיין הי"ו. ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו. ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי"ו. ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו. ב"ר וואלף שערצער הי"ו. ב"ר משה סימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח', אויך זענען אריין עטליכע בחורים איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בכתה הגדולה בהיכל הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' קלמן יעקב ווייס הי"ו - ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת התנאים פון החתן נכד האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י, וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בנו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגד' אדר א' תשפ"ד2/13/2024
בילדער · 23
מעמד הגדול 'קהלא קדישא' אפצייכענדיג 50 יאר פון התייסדות עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, במקהלות אלפי תושבי העיר בהיכלי ביהמ''ד הגדול, בראשות מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגג' אדר א' תשפ"ד2/12/2024
מודעהבילד
ערשטע אריינבליק פונעם בנין הענקי ביהמ''ד הגדול בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, פרעזענטירט נעכטן ביים גרויסן מעמד 'קהלא קדישא' אין ביהמ''ד הגדול.
לרגל הולדת הבת שיחי' אצל נכדו הר"ר ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א וחתן הגה''צ ר' צבי הירש אשכנזי שליט''א מנה"ר ישיבה באר התורה שע"י מוסדותינו הק' וומסב''ג.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
שב''ק פרשת משפטים ר''ח אדר א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר הערשל קאהן שליט''א לטובת דעם מעמד הגדול 'קהלא קדישא' היינט זונטאג אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל. קבלת שבת: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר א תלמוד תורה אין קרית ספר בארה''ק עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יעקב יודא שטערן שליט''א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א (ביתר).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין אז תשובה ניצט נאר ביי א איד און נישט ביי א גוי.
קה אכסוף: הרב יושע גאנץ הי''ו (מאנסי), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל הערש פישער שליט"א (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט דערמאנט אז עס איז די יארצייט פון הגה''ק בעל אבן עזרא זיע''א און מכבד געווען הרה''ג ר' וואלף ווייס שליט''א (ב''פ) מיט'ן זמר צמאה נפשי לאלוקים וואס דער אבן עזרא האט מחבר געווען, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכור ביי ב''ר אלי' גאטליב הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 11:55.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין הי"ו מו''ץ בקהלתינו ב''פ, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו און הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג שליט''א (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ישראל אשר לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו - באווארפן. רביעי: הר''ר אלימלך עקשטיין שליט''א - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. חמישי: ר' מאיר לייב ראזענבערג הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יעקב אליעזר פארגעס הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. אחרון: הרה''ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג). הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב יושע גאנץ שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' קלמן יעקב ווייס הי''ו. מפטיר וקריאת ר''ח: ר' יואל בר''מ הירש הי''ו (וומסב''ג). הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אליקים האבערמאן הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה''ח ר' מנחם יודא אונגאר הי''ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט אן עקסטערע קיגל לכבוד שבת ר''ח, און דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען ברכו נפשי.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:50. מנחה: ר' אהרן גאלד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו. כהן: הרה"ג ר' יואל ברמ''י מאשקאוויטש הי''ו. לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו (לאנדאן). שלישי: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטרעאל). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט אז שתשים הסנהדרין אצל המזבח ווייל דער מזבח האט משפיע געווען יראת שמים, אבער אין גלות איז נישטא קיין מזבח נאר מיט די כח פון יעקב אבינו וואס איז משפיע יראה עליונה אזוי קען מען נהפך ווערן לאיש אחר דורך תשובה, אבער אז מען געט זיך נאך תאוות פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו דארף מען אין די לעצטע מינוטען פון שובבי''ם זיך אפשיידן פון די איבעריגע תאוות, אזוי וועט מען האבן מיט וואס ארויסצוגיין פון די ימי השובבי''ם. ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט''א, קל מסתתר: הרה"ג ר' יחזקאל היילברוין שליט''א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א. דער רבי האט געבענטשט אויפ'ן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.
אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל התורה ווי די עלטערן לערנען מיט די קינדער במסגרת ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום געגאנגן צווישן די טישן אינעם גאנצן היכל און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:25.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת משפטים תשפ"ד לפ"ק.