בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגכ' אדר א' תשפ"ד2/29/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת כי תשא, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
הכון לקראת אלוקיך ישראל (ב)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 כי תשא חו''ל תשפ''ד8.6 MB
מודעה
דעם מוצש''ק קומט פאר בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי א כינוס אנ”ש ומעמד ח"י וקיים לטובת קהילתינו הק’, אינאיינעם מיט א סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי, בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטער בית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה אקערמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק', און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו (וומסב''ג) - ר' מאיר אלי' אקער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אהרן שווארטץ הי"ו - ר' שלמה זלמן געלב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אברהם יושע ווירצבערגער הי"ו - ר' נחום אליעזר וויינבערגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועת משה מוויזניץ ז"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - מצוה טאנץ פון די זיידעס ומחותנים שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - רבינו שליט''א טאנצט מיט'ן חתן און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א ובני משפחתו און די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - ברכהמ''ז ומצוה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק אדמו''ר מטאהש שליט''א וואונטשט מזל טוב פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך תפילת מעריב נאכן חופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יואל ט''ב שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, יום ב' כי תשא בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג - ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ט אדר א' תשפ"ד2/28/2024

באריכט
דינסטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט שע"י ביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מארמארשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א.
ב"ר יודא שלמה פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ישראל מאיר קאהן הי"ו.
ב"ר שמעון סאנדער הי"ו.
ב"ר יואל מערץ הי"ו.
ב"ר יוסף גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר משה אברהם יעקב ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק', דער רבי האט באטראכט די ארבייט אין באגלייטונג פונעם מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו און מיט געהאלטן דעם סדר האפיה און דערנאך ביים אויווען, דאן האט דער רבי מפריש געווען חלה און דערנאך אריבער זיך אומקוקן אינעם סטארעדזש און ביי די מעהל אפטיילונג ווי דער רבי האט באטראכט דעם סיסטעם פון מאלן די ווייץ און זופן די מעל.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין בית מדרשינו החדש לב אהרן ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די בוי ארבעט און געהערט א באריכט פון די חברי הנהלת קרן הבנין ר' אהרן ווייס הי"ו ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו און ר' יואל לעפקאוויטש הי''ו, ובמיוחד פון די געטרייע חשובע עסקנים צום גמר הבנין ר' חיים הערש סעגעדין הי"ו און ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו, דער רבי איז ארום געגאנגן בטירחא דגופא און באטראכט די שטאקן פונעם בנין ביהמ"ד און די מקוה, און אויסגעדריקט זיין האפענונג צו זעהן דעם ביהמ"ד מפואר - די זעקסטע ביהמ"ד שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג - על תילה בנוי'ה, און מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם מלאכת הבנוי' בכי טוב, און א ברכת הצלחה מ'זאל קענען גרינג שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן דעם פראיעקט.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' ישראל יאקאב ע"ה.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:10, און מעריב ארום 7:40 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אראפ אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט''א ובנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מיט הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין בארא פארק צו די שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב''ד ציעשנוב קר''י בן הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ בן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:35, און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסיו הגה"צ אבד''ק ב"פ און אבד"ק מאנטרעאל שליט"א און מיט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה כנהוג.

נאך די חתונה איז רבינו שליט"א אריבער צום נייעם פראכטפול פארענדיגטן פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אויף 13'טע עוו, אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' יואל לאנדא הי"ו, דער רבי האט מיט א קורת רוח געהערט א באריכט פון ר' יואל הי"ו און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען אויף ביידע שטאקן פונעם גאנצע געשעפט, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח אדר א' תשפ"ד2/27/2024

בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מנחם אבל זיין גיסו כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א, מוצש''ק אין ביהמ''ד הגדול דשיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וומסב''ג שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, מוצש''ק בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א באזוכט אין מצה בעקעריי דקהלתינו הק' בוומסב''ג, און דערנאך ביים חלה נעמען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א באזוכט די בוי ארבייט אין בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' אויף סאוט 8 אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ארי' בוכינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.

ארום 2:30 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קר"י אויפן וועג קיין וומסב''ג צום חתונה הגדולה בחצרות קדשנו.

ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 5:45, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט די פחד וואס כאפט אן ווען מען הערט די נעמען פון די גרויסע זיידעס וואס קומען אראפ צו די שמחה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א א עלטער פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: דער זיידע פון די כלה כ''ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א א עלטער פעטער פון חתן און כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ, און הר"ר יוסף פאלאטשעק שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול. נאך מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז געקומען וואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה, דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

תיכף דערנאך אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:15.

רבינו שליט''א איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די זכות פון א חדר תפילה אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', די זעקסטע בית המדרש שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וומסב''ג, ובפרט פונעם נייעם 'ביהמ"ד לב אהרן' וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן באנייט אויפן קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצוה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הרה''ג רבי יעקב אלימלך האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ''ד טיב לבב ב"פ, ברכה אחריתא: הר"ר יושע העשיל האלבערשטאם שליט"א (לאנדאן).

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס האדמו"ר מנאסויד שליט"א, הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נעכטן אין וומסב''ג אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א חדר התפילה וואס ער האט אפגעקויפט אין בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' אויף סאוט 8.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מצוה טאנץ לפני הכלה ברשפי אש קודש, ביי די חתונה הגדולה בחצרות קדשנו במעמד אלפי אנ''ש, בביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג