כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים אצל הר"ר אלטר פאלקאוויטש הי''ו ומשפ', ע"פ אשתו אמם ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת שמיני שבת החודש, מברכים חודש ניסן, שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: החתן יצחק ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו. החתן גדלי' ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו.
ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און מ'איז געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 7:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדות קר"י, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל. קבלת שבת: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א ראה"כ באבוב 45.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו בבית שמש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' בלינדען, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידום אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.
קה אכסוף: דער מחותן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 1:05.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א (ב"פ), צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א. רביעי: הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א. חמישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. שישי: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א. שביעי: החתן ב"ר יואל סאאל הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר אליעזר געלב הי"ו. החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יוסף אלי אייגנער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו. מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל אייגנער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו. ר' יצחק פארקאש הי"ו. ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו. ר' חיים אברהם בראך הי"ו. ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת החודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' צדוק היילברוין הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחת עלי' לתורה, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף' אז דורך דעם וואס מען דאנקט דעם אייבערשטן אויפן עבר אין עתיד איז הקב"ה מצרף די מצוות פונעם עתיד, במילא איז נח לו לאדם שנברא, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:30. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 7:55. מנחה: הר"ר חיים אלישע גראסמאן שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אוסטראליע). שלישי: הרה"ג ר' משה פאללאק שליט"א אב"ד דיערעש וומסב''ג. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (ב"ב).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת החודש 'החודש הזה לכם ראש חדשים' און געטייטשט אז יציאת מצרים איז געווען בזכות די אבות בזכות אברהם אבינו וואס האט מפרסם געווען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט נישט נאר לדורו נאר עד היום הזה, און אזוי קען מען זוכה זיין צו תשובה און קיינמאל נישט נדחה ווערן, ובזכות זה וועלן אידן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ראטענבערג הי"ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו. מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית ברכה סימא אשת חבר פון הרה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ה' ניסן. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:25.
ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין מאנסי צו די סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות הסיום און האט מכבד געווען רבינו שליט"א צו מאכן די סיום. דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק בשבח פון חבורת יסודי התורה און ארויסגעברענגט דעם קשר און חביבות צו קהלתינו הק' אין מאנסי און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
פמליא נכבדה באזוכן בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש, אינעם נייעם צייטווייליגן בנין הת"ת אויף רח' הרב מבריסק, אין בבתי מדרשינו אין רמה ב' און אין 'רמת אברהם' געגנט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
פמליא נכבדה באזוכן בקרב מוסדותינו הק' אין בני ברק, אין ישיבת מהרי''ט און אין תלמוד תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
פמליא נכבדה באזוכן די פארשריט פון די לעצטע פאזעס ביים בנין המפואר בית חינוך לבנות 'בנות ארץ ישראל' בית פיגא, בבני ברק יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
פמליא נכבדה באזוכן אין די צייטוויליגע געדינגענע בניני הקהילה והמוסדות, אין ביי די לימודים אין ישיבה קטנה און אין תלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פמליא חשובה מראשי ונכבדי קהלתינו הק' בארה"ב באזוכן בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק ת"ו: הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו (קר"י). הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו (קר"י). הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנגיד ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו (קר"י). להגדיל תורה ולהאדירה ולהרחיב גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק.
די חשוב'ע שלוחים באזוכן די בוי ארבעט פונעם ריזיגן פריאעקט בנין האדיר והגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים, אויף דעם ריזגן באדן פון קרוב צו 11 טויזנט סקווער פיס, אויך איז פארגעקומען א לאנגע זיצונגען מיט די בוי ארכיטעקטן און שטאטראט אינסטאנצן, אז מ'זאל קענען בעז"ה אנהייבן די פאקטישע בוי ארבייט אין די נאנטע טעג בס''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' חיים ברוך יודא זאבעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והדרכה און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א סעט חיבור לטהרה אויף הלכות מקוואות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' מרדכי יצחק גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בן הר"ר אברהם עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מיטאג ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פופטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול, נאכן פארלערנען האט זיך דער רבי מפלפל געווען כדרכו בקודש א לענגערע צייט מיט די תלמידי המתיבתא און מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז אויך אנוועזנד געווען ביי דעם היינטיגן סוגיא שיעור. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 4:00 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צו די נייעם צוגעבויעטע חלק בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט מקיים געווען מצות מעקה, דער רבי האט אויפגעהויבן די צוים און עס אראפגעשטעלט אויפן פלאץ און מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה בשם ומלכות, און דערנאך געמאכט א ברכת שהחיינו אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק, דערנאך האט דער רבי באהאפטן די צוים בטירחא דגופא, אריינגעשרויפט די נעגל און עס באפעסטיגט, און דערביי געמאכט פאר א שליח דעם בוי מייסטער הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו צו פארענדיגן די צוים, און דער רבי האט אויסגעווארט ביז עס איז פארענדיגט געווארן.
נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריבער צו די בית רחל אודיטאריום בבנין לאה אסתר צום מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה', ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר לייבוש גאלדבערגער שליט"א, דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און אלע קינדער געלערענט זייערע באשטימטע פרקים משניות און מסיים געווען אויפן פלאץ גאנץ ששה סדרי משנה. מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן מנהל המתמידים הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק איבער די גרויסע שמחה וואס עס איז דא פאר גאנץ קר"י און בפרט פאר די חשובע קינדער המסיימים און זייערע עלטערן, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח צו באזוכן די לימודים דעם זונטאג, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 9:25.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' ישראל יצחק לוסטיגמאן הי"ו - ר' אלימלך בראך הי"ו (מאנטרעאל).
בעת די זמני כניסה האבן הב' משה אהרן דוד בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א און הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל שווארטץ הי"ו הי"ו, זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת דברי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה אינעם שכונה, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים און די נדבנים צו גיסן. דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע אפיסעס פון 'מעסטער ריעלטי' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו נדבן פונעם שטח המקוה טהרה, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' הערשל הי"ו האט אפגעקויפט א גרויסע זכות אינעם מקוה החדש בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם שכונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, פאר אביו הרה''ג ר' ברוך לעווי שליט''א רב דביהמ''ד אמסטערדאם, און פאר די ראשי הקהילה און פארן גאנצן ציבור.
מיטאג ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:55.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אבד"ק מאגרוב, דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פונעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק' ווי דער רב האט נארוואס געבאקן מצות לקראת חג הפסח, און האט אויסגעלויבט די פילע חומרות, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני כשרות בכלל און בפרט בעניני סת"ם. אזוי אויך האט בנו הרה''ג ר' מרדכי אברהם שליט"א ראש החבורה בכוללינו 'כולל דברי יואל' אין ב"פ איבעגעגעבן א גרוס פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. הר''ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט''א (וומסב''ג) - ר' יואל ברח''ש שפילמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שי שלום וואלבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט פסח הבעל"ט, און דערביי מעורר געווען די בחורים און אלע אנ''ש מ'זאל קובע זיין צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פון הרה''ק הבני יששכר זיע''א אלץ א ריכטיגע הכנה צום יו"ט פסח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו ווי ער האט געגעבן פאר רבי'ן די נייע ספר 'תורות יואל' מהודרת פילאפף א נייע אויפלאגע פון שווארצע בענדער חידושי תורה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ח אדר ב' תשפ"ד4/7/2024
מודעה
פרייטאגכ"ו אדר ב' תשפ"ד4/5/2024
מודעה
דאנערשטאגכ"ה אדר ב' תשפ"ד4/4/2024
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת שמיני - החודש, שנת תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מקיים זיין 'מצות מעקה' אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מיטוואךכ"ד אדר ב' תשפ"ד4/3/2024
בילדבילדער · 2
הרה''ח ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ווי ער האט געגעבן פאר רבי'ן די נייע ספר 'תורות יואל' מהדורת פילאפף א נייע אויפלאגע פון די שווארצע בענדער חידושי תורה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.