בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ"ח אייר תשפ"ד6/5/2024

בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין וומסב''ג ביי משפחת המנוח ר' שמעון שפירא ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ביקעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג אום 4:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום מעמד קביעת המזוזה פונעם ניי פארענדיגטן חתונה זאל 'גינת אסתר', אינעם בית רחל קאמפלעקס 'בנין ריספלער' שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פראכטפול און עלעגאנט מיט שטוינענד ביליגע תקנות פרייזן לטובת אנ''ש לצמצם ההוצאות החתונה, נדבת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה ראה"ק דקהלתינו הק' ויבדלחט"א זוגתו החשובה מרת ריספלער תחי' ובנם הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו.

דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן זאל און אין אלע שטובער אין באגלייטונג פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות וואס האט מיט זיין גלענצענדן שפראך און בליציגע רעיונות אראפגעלייגט די השתלשלות הענינים פון ווען מ'האט געקויפט דעם בנין מיט 18 יאר צוריק ביז צום היינטיגן טאג, און האט זיך באדאנקט בשם די הייליגע מוסדות ובשם כל הקהל הקודש פאר די חשובע נדבנים, און האט דערביי איבערגעגעבן א פלעק פארן חשוב'ן נדבן און עקסטער פאר אמו החשובה תחי' בשם הנהלת המוסדות.
דאן האט דער יו''ר האט אויפגערופן דער חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט רגשי לבבו.
דער רבי האט דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר אלע זיינע קינדער, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון אלע אנ''ש מיטן באנייען דעם חתונה זאל, און מזכיר געווען לטובה הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה וועלכע האט מנדב געווען דעם בנין הבית רחל וואס איז זיכער פאר אים א טובת נשמה אז עס וועט געפראוועט ווערן שמחות פאר ביליגע פרייזן, און דאס זעלבע פאר בנו הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט מוסיף געווען א סכום אדיר וגדול צו קענען פארטיגן דעם זאל ברוב פאר והדר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה, און מעורר געווען די עסקנים צו שטיין על המשמר און זיכער מאכן אז די פרייזן בלייבן ביליג ושוה לכל נפש, און די זעלבע אז די זמני החתונה ווערן אפגעראכטן פרי און ענדיגן זיך פרי וואס דאס איז די יסוד צו האלטן ביליג די פרייזן, און דערביי מעורר געווען אויף פארשידענע פירצות ווי איבער גראמען ביי חופות און אזוי אויך אויפגעפאדערט צו געבן א מצוה טאנץ נאר פאר די זיידעס און אנשים מכובדים, און ארומגערעדט די פראבלעם פון פארברענגען אין די נאכט אריין און מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט סיי מענער און סיי פרויען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:15. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אויסגעפרעגט דעם קאנטראקטער פונעם פראיעקט הרבני הנכבד ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו וועלכער האט איבערגעגעבן א דעטאלירנדע רעפעראט פונעם ארטיגן בוי פראיעקט, און עקסטער האט דער רבי אויסגעפרעגט די פונקטליכע דעטאלן פונעם מייעסטעטישן 'בנין בערקאוויטש' וואס ווערט געבויט פאר די ישיבה קטנות שע"י מוסדותינו הק' אויף העריסאן עוועניו קארנער היוז סטריט, און ווערט אויך געבויט דורך ר' יצחק און זיין פירמע, דערנאך האט אים דער רבי ווארים אנגעוואונטשן.

עקסטרע האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די עזרת נשים אינעם זאל און אהנגעוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי'.

פון דארט איז דער רבי אריבער געפארן מנחם אבל זיין משפחת המנוח ר' שמעון שפירא ע"ה בבית הנפטר.

ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:10 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן מצב היהודת אין אמעריקא און איבער די רדיפת הדת אין ארה"ק דורך די ציונים ימ"ש, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫
באריכט
מאנטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שמעון פילאפף הי"ו.
ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו.
ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש מיט אלע רבנים ודיינים און גבאים פון די בתי מדרשים שע"י ק''ק קרית יואל יצ''ו, עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך "בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהן אוה"ע מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהן ואמר להן הביאו לי שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און ארויסגעברענגט אז א זאך וואס מען קען נישט זאגן אז מיין טאטע האט אזוי געטוהן איז א סימן אז עס טויג נישט, און אויסגערעכנט פארשידענע פירצות וואס אמאל איז דאס נישט בייגעפאלן נאר דאס קומט פון די מהות המדינה פון באקוועמע אידישקייט, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו זיכער מאכן אז די בתי מדרשים ווערן געפירט כרצונו פונעם מייסד העיר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ולאחריו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מעורר געווען די חשוב'ע רבנים אז עס ליגט א פליכט אויף זיי צו שטיין על המשמר ביי זיך אין ביהמ"ד און מרומם זיין די קרן התורה מיטן האלטן דרשות און פארלערנען שיעורים, 'ישראל קדושים הן' יעדער וויל זיין גוט מען דארף נאר מעורר זיין מזאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאכן יצר הרע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 8:55 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה דוד ווייסבערג הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג נשא אין ביהמ"ד פויזנא בשכונת זרע קודש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די דערהויבענקייט פון קרית יואל נאך וואס דער רב שליט"א האט געוויילט אויף די פארגאנגענע שבת בצל הקודש, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו - הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫
באריכט
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו.
ב"ר יואל בנימין צין הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק פיש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:20 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג - הר"ר יודא ביקעל שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בחוקתי מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה שלמה הלוי ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פארן מוסד בדרכי שמואל עטה"ק בבני ברק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרב נחמן בראך שליט"א (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צי מ'גייט בתר כמות אדער בתר איכות.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ברכת המזון: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א רב דביהמ"ד ראצפערט בבית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ט אייר.

קה רבון עלם: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

עליות. כהן: הר"ר ישעי' יצחק הכהן רובין שליט"א (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: 'פעסיל' ע"ש הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.ַחמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. אחרון - חזק: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' צבי אלימלך ווערצבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: הרה"ג ר' חיים יודא באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שאול בר"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג)

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא, דער רבי האט געמאכט קידוש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב לוי יצחק טויב שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויף די ווערטער פון רש"י די וואך 'סבתא בביתא סימא בביתא' און געטייטשט אז אויב פירט מען זיך בדרכי אבות איז די זכות אבות מגין און עס ברענגט א ברכה אין שטוב, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח, כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו, און געטייטשט אויף 11 אופנים בדרך דרוש ואגדה ומוסר, און בסוף דבריו געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות הבעל"ט אז מען האט יעצט געבענטשט ראש חודש סיון מען דארף בין צוגרייטן צו קבלת התורה, עס איז יעצט געווען ל''ג בעומר אידן האבן זיך מקשר געווען מיט רבי שמעון און מיט די תורה הקדושה עס איז געווען א גוטע הכנה, און מען דארף זיך גרייטן למעשה מיט לימוד התורה, און אויפגעפאדערט צו לערנען ספה"ק אור החיים פרשת יתרו יעדן טאג אביסל ביז יו"ט שבועות און האבן די ריכטיגע הכנה לקבלת התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. הוצאה והכנסה: הר"ר אהרן ישעי' באב"ד שליט"א (מאנסי). כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז ווען מען גייט אויף די וועגן דארף מען ספעציעל נזהר זיין מיט שמירות עינים כראוי, אזוי איז מען זוכה צו א שפע משמים און מען וועט קענען מגדל זיין די קינדער בדרך הישר.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הר"ר נחמן בראך שליט"א, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה, דער רבי איז צום ערשט ארום אין די גאנצע דירה און זיך אומגעקוקט און דערביי האט זיך פארצויגן א שמועס בהלכה אין די מצות מעקה, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן ספרים שטוב מיט א ברכה, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די שכונה ווי דער רב שליט"א וועט דינען אלץ רב פונעם צענטראלן ביהמ"ד גדול ומפואר 'בית אלעזר' וועלכע ווערט געבויעט ברוב פאר והדר, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
בילדער · 28
מעמד קביעת מזוזה אויפן נייעם פראכטפולען עלעגאנטע און ביליגע חתונה זאל 'גינת אסתר', אינעם בית רחל קאמפלעקס 'בנין ריספלער' שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ג אייר תשפ"ד5/31/2024

ווידיאו
ערשטע בליק אינערהאלב דעם נייעם פראכטפולען עלעגאנטע און ביליגע חתונה זאל 'גינת אסתר', אינעם בית רחל קאמפלעקס 'בנין ריספלער' שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג פולקאם גרייט פאר די ערשטע שמחה בעז"ה תיכף נאך שבועות הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הר"ר לוי יצחק טויב שליט''א
בן הגה''צ ר' אהרן שמעון שליט''א אב''ד קאלוב ב''פ, וחתן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
סנדק: רבינו שליט"א. סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערב שב"ק, און עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די חשובע זיידעס, און דער רבי האט ארומגערעדט זכרונות פון די ליכטיגע טישן ביי רביה"ק זיע''א אין די בראשית יארן ווי דער רבי איז געשטאנען אינטערן בענקל פון רבי'ן אינאיינעם מיט הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע ביהמ"ד וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכ'ן סעודות ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' זלמן שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס זענען בקו''פ אריין בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה ווערעצקי פון פלעטבוש אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' ישראל אונגאר שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה מחותנו הגה''צ ר' חיים יודא באב"ד שליט"א ר"י תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי א וואכנאכט און ברית מילה דאהי און אין ארץ ישראל, און איבער מנהגים ביים געבן א נאמען פאר א קינד, און איבער דעם מצב אין מירון פארלאפענעם ל"ג בעומר, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בחוקתי, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שיעור פאות הראש (ג).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 בחוקותי תשפ''ד חו''ל-14.9 MB

דאנערשטאגכ"ב אייר תשפ"ד5/30/2024

מודעה
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת בחוקתי תשפ"ד לפ"ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

preview.heimshtut.com/heimshtut033…
בילדער · 17
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אסיפה גדולה 'להעמידם' בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי אין בעפארגרייטונג צום גרויסן קאמפיין למען קיום מוסדותינו הק' אין מאנסי, פארגעקומען נעכטן אין די זאלן פון וועלי טערעס אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
בן הר''ר אנטשיל קארפען שליט"א.
ב"ר יואל ראכליץ הי"ו.
ב''ר נפתלי אלי' שמחה וויזענפעלד הי"ו.
ב''ר משה צבי בערנאטה הי"ו.
ב''ר שמחה נתנאל מיללער הי"ו.
ב''ר שמעון יואל האלד הי"ו.
ב''ר שמעי' קרויס הי"ו.
ב''ר יוסף שאול ליכטנשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות פונעם געהויבענעם מעמד הדלקה דאהי אין ק"י במקהלות רבוא רבבות מישראל.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 9:50 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו די אסיפה גדולה 'להעמידם' אין בעפארגרייטונג צום גרויסן קאמפיין וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך למען קיום המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון וועלי טערעס.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 10:35, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און רבני קהלתינו שליט"א.
חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א אויפגערופן האברך ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די פרטים פונעם קאמפיין, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק וחובת השעה איבער די חשיבות פון גיין אליינס נאך געלט, און ארומגערעדט איבערן שווערן מצב אין וואס די מוסדות הק' געפינען זיך, און די אחריות וואס יעדער דארף שפירן צו ראטעווען די מוסדות און זיין א עסקן און אליינס שאפן גרויסע געלטער, דער רבי האט ממשיך געווען מיט א מעשה פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אמאל ביים פארלאזן א שטאט האט דער גאנצער ציבור באגלייט מיט א גרויס התלהבות און דער רבי ר' אלימלך זיע''א האט זיך געשטעלט צווישן דעם ציבור, און געזאגט נאכדעם אז ער האט געזען דעם גרויסן התלהבות וואס דער ציבור האט געהאט, האט ער אויך געוואלט האבן א חלק אין דעם, האט דער רבי געזאגט אז ער קומט דא קיין מאנסי און ער זעט דאס גרויסע התלהבות וואס הערשט ביי אנ''ש וואס רוב ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן לכל הפחות אכצן טויזענט דאלער, וויל ער זיך אויך משתתף זיין מיט דעם סכום פון אכצן טויזענט דאלער לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן דאס געלט פארן מאנסיער רב שליט"א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער איבערגעבן די שטרות פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגעקוקט די גרויסע סכומים וואס דער ציבור האט זיך אינטערגענומען און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם פערזענליך.

נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינעם ביהמ"ד אויפן צווייטן שטאק פונעם זאל און געציילט ספירה פארן עמוד, און ארום 11:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"א אייר תשפ"ד5/29/2024

באריכט
דינסטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שרגא שמואל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יוסף יודא שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אריאל מרדכי ג'ברא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון הרה"ק רבי מאטעל'ע מטשערנאביל זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א הגאון רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפען וועלכע האט גערופן געבן א ברכת תודה בשם די צענדליגער אלמנות תושבי אנטווערפען וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם פארלאפענעם שבת פ' אמור די הערליכע 'שבת מלכתא' מיוחד פאר די אלמנות פון איבער גרעיטער אייראפע אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א און אירע חשובע טעכטער, ובפרט פאר די שטארקע דברי חיזוק והדרכה וואס רבינו שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוקאפ לעת כניסת השבת, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל ראזענפעלד ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת ישיבת סערדאהעלי פון ב"פ אין שפיץ פון בני וחתני כ''ק אדמו"ר אבד"ק סערדאהעלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין לטובת הישיבה וואס קומט פאר אין די קומענדיגע טעג אין קר"י, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די ישיבה און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה יעקב ברד"מ ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' בנימין ראבינאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"י שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די ראשי העסקנים וועלכע האבן אנגעפירט מיטן מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי בעת נעילת חג ההילולא במקהלות רבוא רבבות מישראל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, וועלכע האט אויסגעשמועסט די פילע פרטים און דעטאלען וואס מ'האט אלס צוגעשטעלט און מסדר געווען לכבוד דעם מעמד און ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט די ריזיגע קוואנטום מאכלים און משקאות וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די צענדליגע טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך משמח זיין בשמחת התנא האלוקי. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן בזכותו פוןנעם הייליגן תנא, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג - הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו.
הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג