בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ' אייר תשפ"ד5/28/2024

באריכט
זונטאג בחוקתי ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יואל פעלדמאן הי"ו.
ב''ר שאול בראך הי"ו.
ב''ר חיים פארגעס הי"ו.

נאכן דאווענען ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און אז בזכות פון רשב''י האט מען מקבל געווען די תורה, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע איד פילט אזא שמחה אין דעם טאג פון ל"ג בעומר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' יום ל''ג בעומר בעת נעילת חג ההילולא, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

עטליכע מינוט נאך מנחה אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז ווייל רשב''י זאגט אז 'קוב''ה אורייתא וישראל חד הוא' במילא איז ח"ו שתשתכח תורה מישראל ווייל דאס האקט אפ די קשר נצחי, פארדעם איז מרומז רבי שמעון אין די ווארט בראשית וויבאלד אויב איז דא שכחת התורה ביי כלל ישראל איז נישט דא קיין קיום העולם. און דאס איז דער טעם פארוואס מען צינדט אן א מדורת אש לכבוד רשב''י מען איז מתפלל אז די כח האש און די קדושת התורה פון רבי שמעון זאל אריינשיינען אין יעדע אידיש הארץ און מעורר זיין א חשק צו לימוד התורה טראץ די גרויסע נסיונות וואס א מענטש גייט אדורך יעדן טאג און דאס איז אונזער תפילה דעם טאג פון ל"ג בעומר.
דער רבי האט מיט א ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז פארשטערט געווארן די שמחה באתרא קדישא מירון, זעמיר אונז מתפלל אז עס זאל זיין חשוב פאר אים די צוזאמקומען דא מריחוק מקום אזא ריזיגע ציבור וואס פרייען זיך בשמחתו כאילו מען איז במקומו, און עס זאל אראפקומען אלע השפעות קדושות, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דערנאך אום 8:55 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ, ביז אום 10:25 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס מעמד און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה פון הילולת התנא האלוקי און האבן ממשיך געווען די ריקודין ביז נאך 11:00.

ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק ליל ל"ג בעומר הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די מעמד החאלאקעס במעמד אלפי אנ''ש.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען מערערע ניגוני התעוררות.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די נאענט צו 100 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און ניגוני אהבת התורה בשעת די חאלאקע קינדער טאנצן בחלל הביהמ"ד אינאיינעם מיט זייערע עלטערן.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע ברכת הקודש פאר די חאלאקע קינדער און פארן גאנצן ציבור.

ארום 1:00 האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו סעודת מלוה מלכה לכבוד היום, פאר די פיש האט מען פארקויפט די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, מיטן אנצינדן זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה, און נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה וניגוני ל"ג בעומר.
דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און אמר רבי עקיבא מיט גרויס התרגשות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען צמאה מיט גרויס התעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויף קישור סוף התורה לתחילתה 'לכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית' אויף וואס דער אגרא דכלא זאגט אז 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און ארויסגעברענגט אז אין זוהר הק' ווערט נתגלה אז ביי יעדע מצוה וואס מען טוט איז שורה די שם הוי"ה אויף די אבר מיט וואס מען טוט די מצוה און דאס ברענגט אז די מלאכי חבלה זאלן מורא האבן און נישט קענען טוהן קיין שלעכטס, דער קדושת לוי זיע''א זאגט אז פון ל"ג בעומר קומט שוין אראפ די השפעות פון יו"ט שבועות, דאס איז וויבאלד דורך די קדושה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אויפגעוויזן געווארן פאר די מלאכים אז א ילוד אשה קען זיין גרעסער ווי א מלאך און עס איז מבוטל געווארן די טענות פון די מלאכים, קומט אויס אז כלל ישראל האט באקומען די תורה בזכות פון רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען געזינגען נאך עטליכע ניגונים, מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן פאלאק שליט"א אב"ד בערעגסאז אלעד. מען האט געענדיגט ארום 2:30 און ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד אור יוסף אין פראנקרייך, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רזונאי הי"ו (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחוב לאחרים.

קה אכסוף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מאנטאג י"ט אייר.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), און מען האט ממשיך געווען צו טאנצן תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' גדלי' צבי גליק הי"ו (מאנטשעסטער), דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו. לוי: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א. שלישי: החתן שלמה יקותיאל ב"ר הלל ניימאן הי"ו - (באווארפען). רביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. חמישי: ר' שלמה משה ראטה הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' מיכאל יעקב יואל אינדיג הי"ו.

שביעי: ר' יעקב ב"ר יוסף פערל הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:45. מנחה: הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר''ר יודל וואזנער הי"ו. שלישי: הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' וואלף גלויבער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר' און געטייטשט אז די תורה איז געגעבן געווארן אויפן הר סיני צו לערנען זיך פירן בענווה ושפלות רוח אזוי איז דא השראת השכונה, און ווען עס איז דא א ברכה פונעם אייבערשטען פון שפע איז ברכת ה' הוא תעשיר און עס שאדט נישט פאר די קינדער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א, קל מסתתר: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ט אייר תשפ"ד5/27/2024

באריכט
ויהי בימי קציר חטים

אין די יעצטיגע מינוטן אום 12 מיטאג כצאת (ארטיגע זייגער) כצאת השמש בגבורתו, הייבט'זיך אהן דער יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ בעיר אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויין - לטובת רבבות אנשי קהלתינו הק', על חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אראפגעשיקט נעכטן ביום ל"ג בעומר הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, וועלכע זענען עומד על המשמר שוין פון סוף ווינטער משעת זריעה, אז זיי זאלן מפקח זיין אויפן שטח בשעת דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.

מיט זיי איז מיטגעפארן הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א, און די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

דער ארטיגער הייסער וועטער קלאפט היינט ביי 104, און די ווייצלעך אינעם פעלד זענען שוין הערליך פולקאם געצייטיגט, ובס"ד אהן קיין חשש מצומחות אדער מבוקעות.

נאכן אויספרעגן די ספעציעלע שומרים וואס זענען נתמנה געווארן, איבערן קלימאט די לעצטערע וואכן אויפן פעלד, און נאכן בודק זיין טויזענטער ווייצלעך פון דעם פעלד זיכער צו מאכן אז די ווייצלך זענען מהודרים מאוד, האט מען איבערגעקוקט דעם גיגאנטישן קאמביין מאשין, זיכער צו מאכן אז ס'איז זויבער און טריקן, און מ'האט פארקלעבט אלע פייפס וואס קומען ארויס פונעם מאטאר אויפן קאמביין מאשין, וואס קען טראפן אויפן פעלד בשעתן שניידן.
תיכף דערנאך האט מען בשעטומ"צ אהנגעהויבן דעם שניט אויפן פעלד, און בעז"ה וועט מען אין די קומענדיגע פאר טאג שניידן הונדערטער עיקער לאנד פון מהודר'דיגע ווייץ, לשם מצות מצוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
ערשטע חלק בילדער פונעם מעמד ההדלקה רבתי בעת נעילת חג ההילולא, במקהלות רבא רבבות ישראל אין די שטחים ארום ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - ביים פייערליכן מעמד ההדלקה רבתי בעת נעילת חג ההילולא, אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
אשרי העם הם לומדיך

רבא רבבות ישראל ביים מעמד ההדלקה רבתי בעת נעילת חג ההילולא, וריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
אנא ה' הושיעה נא בזכות אדונינו בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
אשרי העם הם לומדיך

רבא רבבות ישראל ביים מעמד ההדלקה רבתי בעת נעילת חג ההילולא, וריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג