בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ד סיון תשפ"ד6/20/2024

בילדער · 14
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק לובלין שליט''א און פונעם אבי החתן און אבי הכלה שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ פונעם זיידן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - רבינו שליט''א טאנצט מיט'ן חתן און הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א ובני משפחתו און די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכהמ''ז ומצוה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 20
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 19
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, יום ב' בהעלותך בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכות הקודש ביום החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ג סיון תשפ"ד6/19/2024

באריכט
ימין ושמאל תפרוצו

הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, האבן היינט אין א מזל'דיגע שעה, ובברכתו ועידודו של רבינו הגה"ק שליט"א, 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק - אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט.
ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א נייע מייעסטעטישער בנין פאר די בית רחל הויך שולע, א פערציג מיליאון דאללאר'דיגער פראיעקט, לתפארת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת בהעלותך

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל פייערשטיין הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - הרה''ח יואל ברי"צ פריינד הי"ו, באולם כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א אהנגערופן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו און געוואונטשן א ברכת תתחדש צום באנייאונג פונעם פראכטפולן חתונה זאל 'גינת אסתר' ווי די ערשטע שמחות זענען אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די יעצטיגע טעג, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים וויזוי די ערשטע שמחות זענען אדורך, און געזאגט אז ער הערט צוריק גאר שיינע גריסן פון מחותנים און קרובים, און אים מאציל געווען מברכות קדשו צו קענען מרבה זיין שמחות ביי אידישע קינדער מיט הרחבת הדעת.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הגה''צ ר' בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ ואחיו החשובים שיחי' היושבים ע"פ אמם ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די צווייטע מהודר'דיגע ווייץ שניט דעם מאנטאג אין די פעלדער אין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין בימות הקיץ, פון ווי דער רב שליט"א האט זיך נארוואס אומגעקערט, און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם שניט.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הצעירה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בהעלותך - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א מלובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.

נאכמיטאג ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו (ב"פ), דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. קריאת הכתובה: עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א אבד"ק לובלין שווייץ. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א.
עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים שליט''א.

דער רבי איז אריין געקומען צו די סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 10:00, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א (ב"פ).

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דאן האט מען אויסגערופן צו די מצוה טאנץ דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א.
ב"ר שלום זושא היימאן הי"ו.
ב"ר משה יצחק רייזמאן הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק קאהן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון מקבל זיין תורה פון א רבי. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וואס איז פארגעקומען מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און דערנאך געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה, מען האט געענדיגט ארום 12:45.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו - הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל פרנס הי"ו - הרה"ח ר' שמעון גרינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יצחק פארגעס ע"ה - הרה"ח ר' יהוסף מערץ הי"ו.
הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נשא - שבת של שמחה עלי' לתורה פון החתן הרב ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו.
החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
החתן שלמה מנשה ב"ר יואל בראך הי"ו.
החתן ליפא ב"ר יואל בראך הי"ו.

נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א און אים געבענטשט בברכת קדשו, אויך איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און דורש דעווען בשלומו.

דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים, מען האט געזינגען כנהוג. ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' שמואל זלמן שפיץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הג"ר שמעון יואל בראך שליט"א מו''ץ בקהלתינו בני ברק.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הג"ר נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הג"ר שמעון יואל בראך שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט''א האט מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו זאגן תורה, און דערנאך מכבד געווען מיט ברכת המזון.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אייזיק'ל מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ט' סיון.

קה רבון עלם: דער מחותן הר"ר אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הג"ר אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי בארה"ק ת"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו (וומסב''ג),
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יחזקאל קארפען הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים מאיר סאנדער הי"ו. לוי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - באווארפען. שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. רביעי: הרב ר' אברהם יושע איגר שליט"א. חמישי: החתן נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, מען האט געזינגען ביים באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ישראל מאיר אקער הי"ו.
ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.

שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הוספות: החתן שלום אליעזר זוסיא ב"ר מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו - באווארפען. החתן שלמה מנשה ב"ר יואל ברש"א בראך הי"ו - באווארפען. החתן מאיר בהר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - באווארפען. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו - באווארפען. החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען. החתן ליפא ב"ר יואל בר"ה בראך הי"ו - באווארפען. החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - באווארפען. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הג"ר אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אביגדור וויינבערגער הי"ו (ירושלים).

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און
מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט קורצע דברי תורה אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און געטייטשט אז כדי מען זאל זוכה זיין צו ברכת ה' ביים בויען א אידישע שטוב דארף זיין ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב''פ). לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. שלישי: הרב ר' מנחם איגר שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב ר' שמעון איגר שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין ברכת כהנים 'יברכך ה' וישמרך' און געטייטשט אז נאך יו''ט שבועות ווען אידן האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות וחשובות מאד דארף מען זעהן צו אפהיטן די השתוקקות וואס מען האט געהאט יו''ט אויף שפעטער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א סיון תשפ"ד6/17/2024

בילדער · 2
ערשטע ריזיגע טראנספארט מהודר'דיגע ווייץ פון אריזאנע ביים ווערן אפגעלאדנט אין ניו יארק

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מהודר'דיגע ווייץ שניט היינט אין די פעלדער אין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
וְחַג שָׁבֻעֹת תַּעֲשֶׂה לְךָ בִּכּוּרֵי קְצִיר חִטִּים

נעכטן זונטאג תיכף נאכן דערהויבענעם יו"ט שבועות, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין - די דיינים המכשירים הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, צום צווייטן ווייץ שניט, חטים מהודרים בלי שום פקפוק וחששות פון מצומחות אדער מבוקעות. לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.

מיט זיי זענען מיטגעפארן די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

אזוי אויך איז ספעציעל אראפגעפארן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם יעצטיגן ווייץ שניט.

ווי שוין געמאלדן איז פארגעקומען דער ערשטער שניט אין יומע אריזאונע אין די וואך פון ל"ג בעומר, ווי מ'האט געשניטן קרוב צו א פערטל מיליאון עיקער לאנד און נאנט צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה. די מהודר'דיגע ווייץ איז שוין ב"ה אהנגעקומען קיין ניו יארק א וואך פאר שבועות.

אזוי ווי, לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום ווייט פון גענוג אויפן קומענדיגן יאר און לויטן ברייטן פארלאנג אויף די מצות מהודרים פעלט'זיך אויס פיל מער ווייץ, וואס די פעלדער וואס מהאט געפלאנצט אין אריזאונע האבן נישט געקענט נאכקומען, צוליב דעם וואס איינע פון די ארטיגע פעלדער האט נישט מצליח געווען ארויסצוקומען הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט און לחומרא יתירה האט מען דאס איבערגעלאזט. איז מען ע"פ הוראת קדשו פון מרן רבינו שליט"א אראפגעפארן זוכן אין די קאליפארניע פעלדער, ווי מ'האט בס"ד געטראפן די ריכטיגע פעלדער און גאר מהודר'דיגע ווייץ

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'ה, מיט אלע חומרות והידורים ווערט היינט - אהנגעהויבן אום 1 אזייגער כחצות היום (4 אזייגער ניו יארקער צייט) - געשניטן ווידעראמאל דעם זעלבן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א.
מיט הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א, בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין, חתן הגה''צ ר' אפרים שטיין שליט''א אבד''ק פאלטישאן.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' סיון תשפ"ד6/16/2024

ווידיאו
ראשון למקראי קודש

היינט יום א' לס' וביום שמחתכם ובמועדיכם (בהעלותך) ווערן געעפענט די פראכטפולע טויערן פונעם נייעם הערליכן גינת אסתר חתונה זאל, בבנין בית רחל דמוסדותינו הק' בנין ריספלער אין וויליאמסבורג יצ"ו.
ווי ס'ווערט בס"ד אפגעראכטן די ערשטע שמחת החתונה ברוב פאר והדר, מלכות'דיג צוגעשטעלט און פאר א גרינגע פרייז, צו די צופרידנהייט פון די צוויי מחותנים, און אי"ה ווייטער ביי שמחות אנשי שלומינו שיחיו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג נשא אסרו חג שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב זאב כ"ץ הי"ו.
ב"ר אלי' סאלאמה הי"ו.
ב"ר יוסף ישעי' יחיאל זאבעל הי"ו.
ב"ר טובי' עהרנפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים משה בראך הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי אום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, צום ערשט איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:00. אמירת הברכות: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.

הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א (וומסב''ג). שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו (ב"פ). הגבה ספר שני: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי)
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).

נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור, צוליב די שטארקע געדרענג די פארגאנגענע יארן איז אהערגעשטעלט געווארן א נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 3:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר''מ בישיבת אהבת התורה.
מוהל: דער אבי הבן שליט"א. סנדק: רבינו שליט"א. ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יקותיאל זלמן יו"ט ליפא ע"ש פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די שמחת הברית מילה, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פיוט 'ובאו כולם בברית יחד' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה קען יעדע איד מקיים זיין די תורה, דאס קומט וויבאלד מען האט נישט קיין ערלת הלב, וואס קומט אראפ דורך מצוות מילה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
ביים מיטאג טיש מיט די בני המשפחה וסעודת ברית מילה בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, יום ליבשה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיתם לי סגולה מכל העמים' און געטייטשט אז בזכות פון מצות מילה ווערן אידן איינס מיט הקב"ה און דורכדעם ניצט תשובה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנס הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

נאכמיטאג ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ונעילת החג. עס האט געדאווענט פארן עמוד: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ און געטאנצן פאר עטליכע מינוט, און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט.
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים, און דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.

מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו, און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.

דער רבי האט געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז משה רבינו האט אנגעצינדן אין אידישע הערצער א ניצוץ קדוש וואס ברענט עד היום הזה אז די תורה בלייבט אין יעדע משפחה פון כלל ישראל עד סוף כל הדורות, און גערעדט בהתפעלות פון די סדר לימוד תורה ברבים עליונים ששו ותחתונים עלזו אידן האבן געוויזן אז לכבוד יו''ט שבועות גיבט מען אן איינגאבע פון לימוד התורה וועט מען פון הימל משפיע זיין גרויס שפע און שוין געבן אן איינגאבע, און דערמאנט דעם סיום מס' בכורות בחבורת תורתך שעשועי וואס בעז"ה ביז א יאר וועלן זיי מסיים זיין כל הש''ס כולו, אידן וואס קיקן זיך צו און זענען מקנא זאלן דאס אויך נאכטוהן.
נאך א אופן געטייטשט אז עס איז דא א שפע פון פרנסה איז דא נסיון העושר, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטן אליינס העכער פון די מערכת המזלות שאדט עס נישט און עס קען גיין תורה וגדולה במקום אחד, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ, ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.

צו מעריב מוצאי יו''ט איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף, דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף 'טובים מאורות' און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און דער רבי האט משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק ו'עתה' אם שמוע תשמע בקולי... מען דארף זיך מתגבר זיין קעגן עצת היצר פון אפשטופן יעדע גוטע קבלה אויף שפעטער נאר אנהייבן יעצט תיכף מיט די קבלות טובות אנשים נשים וטף, און יעצט ווען ס'קומט שוין די זומער חדשים דארף מען געדענקן 'הגבל את ההר וקדשתו' מען דארף מגבל זיין דעם יצר הרע שנדמע להר, בקדש עצמך במותר לך, יעדער לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב. מען האט געענדיגט ארום 11:30, בשעת ווען אלופי אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.

מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדש.

דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ממשיך זיין די קדושה און השפעה פונעם יו''ט אויף א גאנץ יאר, און געבן כח און געזונט פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א משפיע זיין אויף אונז נאך לאנגע געזונטע יארן און אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי געצינדן יזכור לעכט.

פארנאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט די תיקון ליל שבועות חלק התורה.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז ווען מען איז מתפלל במחיצתו פון א צדיק איז עס מסוגל אויף קיבול תפילות, בשעת מתן תורה איז יעקב אבינו דארט געווען כדאי ווען אידן זענען מתפלל אױף זיך און אויף די קינדער זאל נתקבל ווערן די תפילות, אזוי איז עד היום הזה דא דער כח אז מען קען מתפלל זיין זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך.

ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
יום ראשון של שבועות

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:10. אמירת הברכות: הרב החסיד בנש"ק ר' משה גראס שליט"א (מאנסי). פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זיע''א מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

הוצאה והכנסה: הרב הגאון ר' שלום לאנדא שליט"א מרבני איגוד הרבנים ומו"ץ בקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.

דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברח"ה גאלדבערגער הי"ו.
ר' חיים דוד פארגעס הי"ו.
ר' רפאל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.

הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל שיף הי"ו (ב"פ).
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען). די געסט האבן גומל געבענטשט. הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
די הפטורה האט דער רבי געזאגט שטייענדיג כנהוג.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50, מנחה: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ בקהלתינו בני ברק.
נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלאוו מאנסי.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתיצבו בתחתית ההר' און געטייטשט אז פארדעם האט מען געגעבן די תורה נאך דעם דריטן טאג צו נעמען חיזוק פון די ביהמ''ק השלישי אז אייביג קען מען האבן א תקומה.

דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25, דער ציבור איז א לאנגע צייט אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו איז דא די כח פון תשובה און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יו''ט שבועות תשפ''ד 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב ק''ק קרית יואל יצ''ו

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ובאו כולם בברית יחד א פרישע קבלת התורה, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, במחיצת הקודש פון אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט אנגעצינדן די ניצוץ הקדוש ביי יעדן זיך מדבק זיין אין די תורה הקדושה און מיטן נותן התורה אנו וזרעינו וזרע זרעינו, און האבן זוכה געווען אז וירד משה מן ההר אל העם מיטצונאלטן די הייליגע תפילות און טישן און צו הערן דברות קודש מלהבות אש, הקהל לי את העם אשר ילמדון דעם צווייטן טאג יו''ט בלימוד התורה ברבים, סדורא בהן קדושתא זיך אנגעזאפט תורה וקדושה, מיט א תפילה לקל חי מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין די אלע השפעות קדושות פונעם יו''ט בגשמיות וברוחניות, וימים על ימי מלך תוסיף רבינו שליט''א זאל אונז משפיע זיין נאך לאנגע געזונטע יארן צו זוכה זיין לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי נזכה לביאת הגואל במהרה

דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך צו קענען אראפלייגן מיט ווערטער די רגשי הלב פונעם פייערליכן יום טוב בצל הקודש. דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים הנעלים והקדושים העעל"ט, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג