פרייטאג ערש''ק קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלטר ברא"מ טויב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא בר"י שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין תלמוד תורה בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין איינע פון די כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל נפתלי לאנדא הי"ו. ב"ר זלמן לייב פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ליסטע מיט די שעות לימוד התורה מיט וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום רבינ'ס באזוך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע מלמדים און קינדער און פאר די בר מצוה בחורים, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון די פרשת השבוע די הארבקייט פון מחלוקת און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה. נאכן דאווענען האט דער רבי טעלעפאוניש מנחם אבל געווען הר"ר יחזקאל ראטער הי"ו מראשי מוסדותינו הק' אין בני ברק, און זיינע ברודערס, ע"פ אביהם הרב החסיד המרומם ז"ל.
נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צו די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעגעבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער בעל שמחה צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל שמחה הרה"ח ר' חיים אברהם הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל קר"י, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א מנהל מחנה בית רחל, ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע וואך אין קעמפ, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל משה רייז הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאך די תנאים האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת קרח תשפ"ד לפ"ק.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו - הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו.
עס זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די 'אנ"ש וואל קאמיטע' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פארגאנגענע פריימערי וואלן און די ענדגילטיגע רעזולטאטן ווי די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט האט געווינען די ספעציעלע קאנסערוואטיווע פריימערי מיט בלויז 37 שטימען בס''ד, דער רבי האט אנגעוויזן און אויסגעשמועסט איבער גאר וויכטיגע זאכן לטובת הכלל וואס מען האפט בעז"ה צו קענען אויפטון אלעס אדאנק די געטריישאפט פון די עטליכע הונדערט תושבי קרית יואל וואס האבן זיך אנגעשטרענגט ארויסצוקומען שטימען, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' נפתלי קאהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמעון נפתלי רובינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו. ב"ר נפתלי זאב כ"ץ הי"ו. ב"ר דוד ווייס הי"ו. ב"ר יצחק יואל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', און ארום גערעדט בדאבון לב איבער די ביטערע גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, דערביי האט דער רבי פארופן קומענדיגען ערב ר''ח אלול הבעל''ט פאר א אלטוועלטליכע יום תפילה פארן גאנצן יהדות החרדית, אנשים נשים וטף, פון אלע מדינות, ביום אחד ובשעה אחת.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים אפרים בן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ע"פ בתו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפיטשניץ ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ אין ביהמ''ד קאסוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמו''ר מקאסוב זאליטשיק שליט"א און די גאנצע משפחה לבית קאסוב היושבים ע"פ אחיו/ אביהם כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און סיפורים פון הרה"ק בעל עצי חיים זיע''א און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות לרוב. און ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מיטוואךכ"ז סיון תשפ"ד7/3/2024
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין שטוב פון נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים ביי די קינדער און ברידער פון כ''ק אדמו''ר מקאסוב זצ''ל, נעכטן אין ביהמ''ד קאסוב אין ב''פ.