כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אראפשטייגן פונעם פריוואטע פליגער אין באניא רומעניע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים וקבלת פנים נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ''ד דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואו עס האבן מיטגעדאווענט אברכי הכולל ובחורי חמד און די עלטערע כתות ילדי תשב''ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פאר'ן דאווענען פון די בחורי אנ''ש אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 5
אנ''ש תושבי אנטווערפן ביים אפווארטן און מקבל זיין פני הקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין די באן סטאנציע אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 9
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אהנקומענדיג אין עירפארט אין אמסטערדאם, און ווארטענדיג אויף די יוראו-באן, און אויפן יוראו-באן אינטערוועגנס קיין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קה זכות אבות יגן עלינו
אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
ארום 9:14 אויפדערנאכט אין באניא רומעניע (2:14 מיטאג אין ניו יארק) האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
רבינו שליט''א האט זיך עטליכע מינוט צוריק ארויסגעלאזט צום עיר האבות סיגוט, ווי דער רבי איז ערווארטעט אנצוקומען אום 10:40, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
דאנערשטאג מטו"מ 6:35 נאכמיטאג אין אנטווערפען (12:35 ניו יארק'ע צייט) אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, אויפן וועג קיין באניע א וועג פון ארום צוויי שעה, פון דארט וועט רבינו שליט"א צופארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון ארום א שעה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מיטוואךכ"ה תמוז תשפ"ד7/31/2024
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה אויפן פליגער אויפן וועג קיין אמסטערדאם, אינטערוועגנס צום שב"ק בעיר האבות סיגוט יצ"ו
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הר"ר ברוך רוקח שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קארוב שליט''א, וחתן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
לרגל הולדת הבת שיחי' אצל נכדו הר"ר ליפא אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, וחתן הגה''צ אבד''ק קארוב שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזענפעלד הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
נאך מעריב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור. עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לא יחל דברו' דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט תהי צדיק ואל תהי רשע און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, ארומגערעדט אז כדאי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור, נאכן בענטשן איז דער אנוועזענדע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ד תמוז תשפ"ד7/30/2024
מודעהמודעהבאריכט
מאנטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה. פתיחה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו. גלילה: הב' ב"ר שמואל דוד שטערן הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מקבל זיין הדרכה פון א מאמע, און פארציילט סיפורים פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זיע''א, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע יארצייטן.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' מנחם ברי"מ לאנדא הי"ו (קר"י).