בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגי"ב אלול תשפ"ד9/15/2024

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא היושב ע"פ אשתו הרבנית ע"ה -לאנגיעריגע מנהלת אין בית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי, אין ביהמ"ד סערעדנא אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביקור גומלין אצל כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד הנכבד ר' יהודה דוד רובינשטיין הי''ו אין די מאנטיבעלאו געגנט אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי' אלול תשפ"ד9/13/2024

בילדער · 9
כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט פארמיטאג בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ביום שב"ק י"א אלול חל היארצייט של
הבתולה הצד' אסתר טייטלבוים ע"ה
בתו של רביה"ק בעל דברי יואל זצוק"ל

היות שלא הניחה זש"ק נא להשתדל לטובת נשמתה, באמירת תהלים, לימוד משניות והדלקת נירות או איזה דבר טוב.

לעילוי נשמת
אסתר בת רבינו יואל ע"ה


ותהא נשמתה צרורה בצרור החיים

ונתתי להם בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ומבנות שם עולם אתן לו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב מאיר ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

ארום 6:30 זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ מאנסי בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אינאיינעם מיטן מגי"ש נכדו הר"ר מנחם מאיר האגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט אויף די לימודים אין שו"ע הלכות בשר וחלב, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אפרים טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' חיים יושע ארי' גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' הערשל שטערן הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו - הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו.
הרה''ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו - הרה"ח ר' חיים מרדכי שניטצער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע פארענדיגטן לאקאציע פאר גמ"ח שערי טובה - חסדי מנחם זאב שע"י ביהמ"ד הגדול וואס איז געבויעט געווארן נעבן ביהמ"ד הגדול לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג, און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו מראשי הגמ"ח, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע תיקונים וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אינעם נייעם לאקאציע און דערביי האט מען ארויסגעברענגט אז במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר וואס די גמ"ח איז שוין אפן איז שוין פארבארגט געווארן דעם ריזן סכום פון אריבער הונדערט פיר אום פערציג מיליאן דאלער!.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הגמ"ח הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פאר די ראשי הקהילה און עסקני הגמ"ח.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן שטובל וואס איז געבויעט געווארן לצורך בדק הבית פאר די פילע קלענערע בוי פראיעקטן פון ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק איבער די פילע איינריכטונגען אין ביהמ"ד הגדול לקראת ירח האיתנים הבעל"ט, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א - הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה''ח ר' יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו - הרה"ח ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל ניימאן הי"ו.
ב"ר יואל געלבשטיין הי"ו.
ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דעם בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז אום 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון בנו /בתו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך מיטוואך כי תבא אין ב"פ, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב אום 10:45 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ מנחם אבל זיין כ''ק האחים האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א היושבים ע"פ אחיהם /אביהם כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד סקולען ארום 11:50, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון צדיקי בית סקולען זי''ע צו רבותיה"ק זיע''א און איבער די שיינע שבתים וואס דער נפטר דער רבי זצ"ל האט געפירט אין קר"י במשך די פארלאפענע דריי יאר אין די זומער וואכן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה מיט די פטירה, און אנגעוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט' אלול תשפ"ד9/12/2024

בילדער · 4
תלמידי ישיבה גדולה 'אמרי חיים וויזניץ' פון מאנסי בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה פאר די נייע פארענדיגטע חדר בדק הבית שע"י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פאר די נייע פארענדיגטע לאקאציע פון די גמ"ח שערי טובה - חסדי מנחם זאב, שע''י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךח' אלול תשפ"ד9/11/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תצא תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות שילוח הקן וסגולתה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 כי תצא תשפ''ד חו''ל6.9 MB
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מנחם אבל זיין כ''ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א ע"פ כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק''ל, נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד סקולען אין ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגז' אלול תשפ"ד9/10/2024

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים משמיע זיין דברי הספד לפני מיטתה פון הרבנית אדלער ע"ה אשת הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא מאנסי - לאנגיעריגע מנהלת אין בית רחל דמוסדותינו הק' אין מאנסי, נעכטן ביים ביה''ח דקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב''ק סיפורי קודש און איבער די גרויסקייט און שלימות פונעם בעל הילולא זיע''א און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מנהל בית האופה קר"י, און הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו מנהל בית האופה דקהלתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דביהמ"ד דינוב קרית יואל ומרבני המכשירים אויף די קצירת החטים, מקבל זיין ברכת הקודש ווי מען גרייט זיך אין די טעג אינטערצושרייבן די קאנטראקט אויף די מהודר'דיגע ווייץ פעלדער אין אריזאנע לקראת חג הפסח תשפ"ו, דער רבי האט אויסגעפרעגט די דעטאלן און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים צו די לויה פון הרבנית אדלער ע"ה אשת הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא מאנסי, לאנגיעריגע מנהלת אין בית רחל דמוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד בשבח פון די נפטרת וועלכע האט מחנך געווען הונדערטער תלמידות און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע צער פון די משפחה און פון די תלמידות הבית רחל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 נאכמיטאג ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו - הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק הייטב לב זיע''א בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי ליל הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הייטב לב זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברמ"י גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ח קארנבלי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר זאבעל הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנ''ש לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

ביים אנקומען אין מאנסי ארום 3:00 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אין בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן צום נייעם לערן יאר, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן חשובן נדבן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו און מיט די הנהלת המוסדות, און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און דער חשוב'ע נדבן צו קובע זיין א מזוזה.
דערנאך איז דער רבי אריין און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר איתמר טובי' שווארטץ שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון די מאמענטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו ביהמ"ד סקולען מאנסי, ווי דער רבי האט אויסגעווארט די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ''ל זאל אנקומען, און דאן מיט געגאנגן מיט די מסע הלוי' און מלוה געווען די מטה פאר א עטליכע מינוט.

ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.
צום ערשט זענען אריין די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א זמירות פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די זמני כניסה.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, ווי דער רבי האט זיך באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך א קורצע צייט ארום 10:00 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען ב"א הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק במשנתו פונעם בעל הילולא, ודברי הכנה לימים נוראים, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא זיע''א און געזאגט וואס דער ייטב לב האט באפוילן זיינע קינדער צו משפיע זיין כל טוב דורכן זאגן תורה 'כה תברכו את בני ישראל אמר להם' במילא איז דא דער כח פונעם משלח און דאס ברענגט אראפ אלע השפעות, און גערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אלע אירע אפטיילונגען, און אויפגעפאדערט צו דאווענען בבתי מדרשינו איבער די שטאט, און דערמאנט אז מען האט היינט באנייעט א נייעם בנין פאר די בית רחל, און ארויסגעברענגט לשבח פון ביידע סניפי ישיבות קטנות אין מאנסי 'ישיבה קנין תורה' און 'ישיבה דרכי התורה'. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר א חתן מאנ''ש. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז ארום 12:00 אויפדערנאכט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד אין שכונת וועסט מעיפל "ביהמ"ד לב אהרן" וואס ווערט געבויעט דורך ר' הערשל הי"ו.
צום ערשט איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' הערשל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, און דערנאך האט דער רבי געגאסן דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד אין א ספעציעלן גלאז, און מכבד געווען צו גיסן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א דער חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און ראשי קהלתינו הק', און נאכאמאל ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' הערשל הי"ו און זיין גאנצע משפחה ברכות לרוב.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג