נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע דער לאקאלער קאנגרעסמאן פעט רייען, און זיין אויבערהאר האקים דזשעפריס, דער דעמאקראטישער מינאריטעט פירער, אינאיינעם מיט העסקן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו ניו יארק אסעמבלימאן, און מיט די ראשי ועסקני עיר קרית יואל יצ"ו. וואו רבי האט קלאר געשטעלט אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך צו אדרעסירן איז דער גזירות החינוך וואס שוועבט אויף אחינו בני ישראל דרי ניו יארק רבתי, און די אלע טובות וואס מיר דארפן איז גארנישט ווערד אויב די גזירת החינוך פארבלייבט אין קראפט היל"ת. און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן עטליכע אופנים וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען זיין בייהילפיג, און זיי האבן פארשפראכן צו טוהן אלעס אין זייער מעגליכקייטאויף דעם געביט.
דערנאך האט מען אויסגעשמועסט פילע אנדערע ענינים וואס זענען נוגע פאר אחב''י ובפרט פאר תושבי קרית יואל, די ווייטערדיגע הרחבת הגבולים, ביליגע דירות המכונה "עפארדעבל האוזינג" און רעגירונג הילף אויסצוצאלן די הויכע קאסטן פון רענט, וואס קען זיין בייהילפיג פאר פילע אחב"י, און נאך פארשידענע ענינים. דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר די פאליטיקאנטן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע, און באזונדער געוואונטשן פאר ר' שמחה אייכנשטיין ני"ו פאר זיי שטענדיגע גרייטקייט בעולם העסקנות על כל פרט ופרט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 14
Sunday19 Elul 57849/22/2024
Report
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה בר"מ סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בן הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ. ברכת המזון: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאטעלע האראנסטייפל'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ענגעל הי"ו (ב"ב). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזרא בנעט הי"ו (ב"ב). פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר כ"י און די פרשת התוכחה ווי עס איז שווער צו צוצולייגן הוספות האט דער רבי נישט עולה געווען ביי שחרית, און געהייסן אוועקגעבן די עלי', און עס האבן עולה געווען נאר די חתנים, און דער רבי האט עולה געווען ביי מנחה.
עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו. שלישי: החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: החתן לוי יצחק ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו. שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו. הוספות: החתן נפתלי הירצקא ב"ר חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו. החתן אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו. החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו. פרשת התוכחה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. החתן ישראל זאב ב"ר יואל זאבעל הי"ו. אחרון: החתן שמעון ישראל בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. מפטיר: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמואל זאנוויל ברד"ל קרויס הי"ו. ר' יואל ברוך ברמ"ז שטערן הי"ו. ר' אביעזר מרדכי בר"ע געשטעטנער הי"ו. ר' יואל בר"ל אפענהיים הי"ו. ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש הי"ו. ר' מרדכי אקער הי"ו.
הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א ראה"כ בראד וומסב''ג, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב. גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז הקב''ה איז א מוחל וסולח דורך תשובה און מעשים טובים דורך דעים וואס ער איז מעביר ראשון ראשון און איז מבטל די מיעוט עבירות אינעם ריבוי המצוות, אבער אויב איז חלילה נישטא קיין מצוות דורך דעים וואס די חיצונים נעמען עס צו איז די עצה דורך קבלת עול מלכות שמים מצוות קרי''ש שחרית וערבית כהלכה צוריק צו ברענגן די אלע מצוות ומעשים טובים און אזוי ניצט תשובה. ידיד נפש: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
ארום 12:15 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה טראכטמאן שליט"א יו"ר מעשה חושב פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לומד'ישע שמועס אין פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און אים געלאדנט צו קומען און מיטהאלטן די סיום מסכת קידושין דורך כתה ט' מכינה לישיבה.
נאכ'ן באזוך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדות קר''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים. הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות די גרויסקייט ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און איז א גרויסע קורת רוח פאר רביה"ק זיע''א מייסד העיר בעולם העליון, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר די עלטערן, זיידעס און אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דינוב קר''י צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, עס האט זיך אויך משתתף געווען פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פון דעם קשר פון הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א מיט הרה"ק הדרכי תשובה ממונקאטש זיע''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד דינוב קר''י לכבודו פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום מסכת קידושין דורך די 450 תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת כי תבא תשפ"ד לפ"ק.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים בהיכל ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א בבנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין קאהן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הב' יוסף ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו און הב' ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו האבן געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין און מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, רמ"י הישיבה ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מסיים געווען די מסכתות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דא ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב לאזאר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם לייב ראזענבערג הי"ו. ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א אין שכונת ברך משה המורחבת (עיקערס ענקלעיוו), דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די דירה און קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים כ''ק אדמו"ר משבט הלוי שליט''א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען אין בית החיים דקרית יואל צו די לוי' פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' נטע הויזער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די גמר כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דור תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' לע"נ הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו ממציוני תלמידי הישיבה און איז אריינגעגעבן געווארן אויפדערנאכט בהיכל הישיבה, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו, און דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודי קודש ברגשי אש. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:45 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"מ בראך הי"ו, באולם גינת קליין, און דערנאך צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר ירחמיאל זאב פריעד שליט"א - הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. הרה''ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NoticePhotos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים וגמר כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', און איז אריינגעגעבן געווארן נעכטן בהיכל הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 15
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש ביים שמחת החתונה בחצרות קדשינו חתן כלה נכדי רביה''ק זיע''א החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 11
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שבע ברכות לרגל שמחת נישואי בנו של הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר יודא דוד רובינשטיין הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' בארה"ב ובארה"ק ת"ו מיטוואך נאכמיטאג אין בארא פארק
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday16 Elul 57849/19/2024
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת תבא תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: מצות שילוח הקן וסגולתה (ב). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די לוי' פון הרה''ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע''ה, ביים ביה''ח דקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית ארום 7:30 אינדערפרי אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר דוד עהרנטאהל הי"ו. ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו. ב"ר מאניש שפילמאן הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט א קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ברד"ה מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלמה היימאן ע"ה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 2:45 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין ב"פ. ביים אנקומען ארום 3:15 איז דער רבי ארויף אין שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די גרענד טערעס זאל צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הנגיד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' בארה"ב ובאה"ק. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א אב"ד וואלקאן און מיט נאך אנדערע אהנוועזענדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור און דער נאך ארויס אין א רקידה מיטן חתן ומחותנים. פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"פ און אין קר"י, דער רבי האט באטראכט די פלענער פונעם ביהמ"ד און איבערגעגעבן א מתנה פאר חתנו ר' ישעי' רעטעק הי"ו מראשי העסקנים פארן ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה אלי' הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס זענען אריין בפו''פ הונדערטער אנ''ש תושבי בארא פארק, צווישן זיי הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, לקראת הימי הרחמים והרצון ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די באבוב זאל 'אולם הייטנער' ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון הכלה בת הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו, און נאך די חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף אליעזר הי"ו און פאר די מחותנים און זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת חי' צום מעמד החופה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון הרבצת התורה וואס דורך דעם ווערט מקויים די הבטחה פון השי"ת כי לא תשכח מפי זרעו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' צו די שמחת החתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים, און זיידעס, און אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און מיט אלע נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און עקסטער מיט די אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל שליט"א.
ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א. ב"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו. ב"ר אברהם קליין הי"ו. ב"ר אהרן הערש אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און די תלמידי הישיבה זענען אריין בקו''פ לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אום 4:20 איז דער רבי אהנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, פארגעקומען אין זיין חדר אוצר הספרים וכתבי קודש, צוגעשטעלט פאר די אברכי הכולל פון בית מדרשינו בנין בראך, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער פארשידענע נוסחאות אין די הייליגע טעג, און אלטע פארצייטישע מנהגים, דער רבי האט איבערגעקוקט כתבי ידות און אלטע ספרים מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די אברכי הכולל און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע האט ער געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40, נאך מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לברך ולהתברך בברכת השנים, בעת די זמני כניסה אין ב''פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים בבית הרה''ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן'.