בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגב' מרחשון תשפ"ה11/3/2024

בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' פישל סופר ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.

ביים אנקומען קיין וומסב''ג איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין הרה"ח ר' בערל שימענאוויטש הי"ו ובניו און הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו היושבים ע"פ אשתו /אמם /בתו ע"ה.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:40, און זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די רבנים שליט"א אויפן אויבנאן, און דער מנהל הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א, עלטערן, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים. ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשא' מרחשון תשפ"ה11/2/2024

נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א
בן הרה''ג ר' חיים דוד שליט''א רב דביהמ''ד אהל תורה וומסב''ג, וחתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נח ב' דר''ח מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י

פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו. נאכן דאווענען האט אים דער רבי באדאנקט און געזאגט 'האסט געמאכט א עונג שבת'. מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא מיט געציילטע מקורבים, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, און אנגעהויבן אשת חיל.

ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו יש אם למקרא או למסורות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, ברכהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ג' חשון
קה רבון עלם: ר' שאול בר''מ מיכל פריעדמאן הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9:50. פסוקי דזמרה: האברך ר' שמעון בארזעסקי הי"ו, שחרית: הרה''ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו. מען האט געזאגט הכל יודיך פסוק בפסוק, און געזינגען ביי ממקומך כנהוג. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א, און הרה''ח ר' דוד פארקאש הי''ו. בעל קורא: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו. אחרון: הב' המשב''ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני''ו. הגבה ספר ראשון: הרה''ח ר' יואל ישעי' גאלדענבערג הי''ו. גלילה: הב' משה מענדלאוויטש ני''ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה ספר שני: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין ני''ו. גלילה: הב' אהרן מנחם שטיין ני''ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד שבת ר''ח, פתיחה לאנעים זמירות: ר' אברהם מאסרי היו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געהייסן אריינברענגן קידוש פאר די אידן וואס וואוינען ווייט און דארפן נאך אהיימגיין א דרך רחוקה.

די סעודת שב''ק האט דער רבי געגעסן פריוואט.
מען האט געזינגען די זמירות, און דער רבי האט געזינגען ברכו נפשו, און מיט ברכהמ''ז מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:20. מנחה: הרה''ח ר' וואלף פריעדלענדער הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו. כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד גליק הי''ו. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה''ק. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.

זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח - ס''ת חכם' און געטייטשט אז א'לה ת'ולדות נ'ח איז ר''ת תנ''א דורך די כח פון נח זיך מתגבר צו זיין אויף די תאוות אפילו אין דור המביל איז געבליבן די כח פונעם משלח הקב''ה, האט ער געקענט לערנען און זיך מתגבר אויף די נסיונות הזמן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי סופר הי"ו דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך מען האט געענדיגט ארום 8:20.

הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט פריוואט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגל' תשרי תשפ"ה11/1/2024

מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק א' דר''ח מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 10:00. בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו, צו הלל איז דער איז צוגעגאנגען בהתעוררות רב.

פתיחה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו. בעל קורא: ר' משה כ"ץ הי"ו.
כהן: ר' משה כ"ץ הי"ו. לוי: ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: ר' יחיאל פעקעטע הי"ו. גלילה: הבה"ח יצחק זיידא ב"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו.
מוסף: ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
דעם שב"ק 'ר"ח מרחשון' וועט רבינו שליט"א וויילן אויף מנוחת הנפש אויף א גאר פריוואטן פארנעם, בבית הרבני הנכבד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, במשך דעם שב"ק וועט דער רבי דאווענען אלע 3 תפילות בבית האכסניא מיט א ענגע מנין.
מוצש''ק וועט מען קענען מיטהאלטן א הוק-אפ פון של''ש פון 15 מינוט נאכ'ן זמן אויף קול סאטמאר
351-888-7117.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו.
ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.

בעל תפילה: הב' יצחק ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו. בעל קורא: ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.

פתיחה: ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו. כהן: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו. לוי: הב' לוי יצחק ב"ר יחזקאל שרגא פערל הי"ו. שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאך תפילת שחרית ארום 10:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי בבית האכסניא פון הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.

ארום 11:00 איז אנגעקומען צו די אכסניא אויף א וויכטיגע זיצונג - נאכפאלגענדיג די פולע מאסיווע השתדלות-מיטונגען אונטערגענומען דורך רבינו שליט''א צו ראטעווען דאס יהדות ניו יארק פון די גזירות החינוך ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י. - דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו, וראשי קהלתינו הק' אין מאנסי.
דער זיצונג איז אריבער גאר ווארעם מיט א שטארקע פארשטענדעניש אויף אונזערע געברויכן, דערביי האט דזשאנסאן זיך אויך שטארק באדאנקט אויף דעם וואס אנ"ש האט אינדארסירט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן זיך טרעפן מיט זיין טיעם אינעם טראמפ טאוער פאר די זעלבע צוועקן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט.
מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, "די עדיוקעישן דעפט. וויל מיר זאלן זיין 'סובסטענשל עקוויווילענט' צו די לימודים פון פובליק שולע, מיר זאגן אבער, מ'דארף קוקן אויב מיר זענען סובסטענשל עקוויווילענט ביי די 'רעזולטאטן'... די גוטע פירות פון אונזער חינוך, עס איז נישטא קיין קרימינאלן, עס איז דא ריזיגע ביזנעסלייט, א לעבעדיגע עקאנאמיע, א הערליכע האוזינג מארקעט, דער רבי האט דערציילט פאר'ן ספיקער וויפיל קינדער אונזערע מוסדות איבער ניו יארק האבן ב"ה שטייענדיג ביי ארום 50,000 תשב"ר בליעה"ר, וואס האט שטארק עושה רושם געווען און געברענגט גרויס התפעלות. אזוי אויך ארומגערעדט איבער נאך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און רבינו שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

נאך די אסיפה ארום 11:45 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אמאל און היינט, און איבער פארשידענע מנהגי חודש תשרי, האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:40 און מעריב ביים זמן ר"ת, בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
ב"ר אלעזר געשטעטנער הי"ו.
בעל תפילה: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:40 און מעריב ביים זמן ר"ת, בעל תפילה: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב הערש פרידריך הי"ו.
ב"ר עמרם בראך הי"ו.
ב"ר יוסף לייב ברוין הי"ו.
בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:45 און מעריב ביים זמן ר"ת, בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר פעקעטע הי"ו.

נאך מעריב איז פארגעקומען א סיום כתיבות אותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' קלמן אליעזר דאנא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו.
ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יצחק יחזקאל אוגנשטיין הי"ו.

בעל תפילה: הב' יצחק זידא ב"ר שמעון לאנדא הי"ו. בעל קורא: ר' אברהם יודא אוגנשטיין הי"ו.
כהן: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו. לוי: ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר שמעון לאנדא הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יצחק יחזקאל אוגענשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:45 און מעריב ביים זמן ר"ת, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י


זונטאג אסרו חג סוכות

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' חיים בערנאטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' יקותיאל צבי ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע פערענץ הי"ו.
ב"ר יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוסף אהרן סופר הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם יעקב יודא ראזענבוים הי"ו.
ב"ר יוסף דוד לאוב הי"ו.
ב"ר שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אביגדור אברהם ראזענבערג הי"ו.
ב"ר אלעזר רובינפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען בחדרו הפרטי א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן מערמלשטיין הי"ו פון ירושלים, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש ע"ה. און משפחת הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים ע"ה. און הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.

ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קר"י ווי דער רבי וויילט במשך די וואך ביז נאך שב"ק אויף מנוחת הנפש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 בבית האכסניא, בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ט תשרי תשפ"ה10/31/2024

מודעה
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת נח תשפ"ה לפ"ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

preview.heimshtut.com/heimshtut040…
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת נח תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות שילוח הקן וסגולתה (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך היינט אין מאנסי ביי כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
נאך בילדער פונעם זיצונג פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א מיט דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער, פאר'ן קאמף קעגן דעם גזירת החינוך, ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א פאר'ן קאמף קעגן דעם גזירת החינוך, ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י, איז היינט פארגעקומען א זיצונג מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

ארום 11:00 איז אנגעקומען צו רבינו שליט"א אין די מאנסי אכסניא בבית הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו, וראשי קהלתינו הק' אין מאנסי, מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, אזוי אויך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און רבינו שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
(בילדער קרעדיט: מאנסי-סקופּ)

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ח תשרי תשפ"ה10/30/2024

בילד
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג