בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ד מרחשון תשפ"ה11/25/2024

בילדער · 19
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקרית יואל אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת הנחת תפילין ומסיבת לחיים פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הב' הבר מצוה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' חלק א' בבנין התלמוד תורה בנין הירש ג"ב לאנדא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
שמחת הבר מצוה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הב' הבר מצוה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פארגעקומען נעכטן אין ביהמ"ד ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי שמואל זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
ב"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שווארטץ הי"ו.
ב"ר קלונימוס אליעזר מאלח הי"ו.
ב"ר ישראל יושע קאליש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 5:45, בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 7:40 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לטובת ישיבתו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אינדערהיים אין אייראפע און דער רבי האט שטארק משבח געווען זיין ישיבה וועלכע איז נודע לשם ולתהילה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שטאט קרית יואל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער פארן בעל אכסניאמוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' פייוול סופר הי"ו.
הרה''ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אדמו"ר מפשעצלאוו אנטווערפען, דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'נשים במאי זכיין' און דער רבי האט מעיין געווען א שטיק צייט און פארפירט א שיינעם שמועס איבער די ספר און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת מקור חיים פון פלעטבוש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יהודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף
ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מען דארף האבן יראת שמים פאר מען לערנט תורה צו לערנען תורה בטהרה און נאכן לערנען כדי די תורה זאל האבן א קיום אויף שפעטער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען ששה סדרי משנה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס און זיך פירן אין די וועגן פונעם זיידן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א נאך וועם ער טראגט זיין נאמען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים יצחק ניילענדער הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 6:40. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת קדושת משולם זושא באלעד עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא אויף א נייעם סדר צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער תלמידי המתיבתא, די וואך מיט תלמידי סניף דברי יואל, ברך משה, קדושת יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו (שיכון סקווירא).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו (בית שמש). ברכת המזון: הרה"ג ר' חיים האלבערשטאם שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ"ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי ארי ווייס הי"ו (ב"ב). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' וואלף בר"ה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קניזשא. רביעי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו. חמישי: החתן מרדכי ב"ר יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו.
ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.
ר' יואל ברמ"א זאבעל הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברא"י מערץ הי"ו.
ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו.

שביעי: החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער הי"ו. הוספות: החתן הערשל ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. החתן הערשל ב"ר יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו. החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו. אחרון: הרב הגאון ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מאיר שווארטץ הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער דייטש הי"ו (מאנסי).

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו (ןומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו. כהן: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' משה שווארטץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים ב"ב. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מיכל פריינד הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז א מענטש דארף זיך איינחזר'ן אמונה אין הקב"ה סיי ווען מען זעהט עס און סיי ווען מען זעהט נישט און נישט מיינען אז ווען מען איז מצליח אז עס איז די אייגענע חכמה און כח, נאר וויסן אז אלעס איז כח וגבורה פונעם הייליגן באשעפער סיי זאכן מחוץ לטבע און סיי זאכן מלבוש מיטן טבע.

ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. קל מסתתר: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה דקהלתינו הק' וומסב''ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו (אנטווערפן). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.


במוצאי יום גילה

מוצש''ק נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, און הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב איבער די גסות שחיטה אין אורעגוויי און נאך פילע בתי שחיטה ווי קהלתינו הק' האט געשחט'ן די לעצטע פופציג יאר, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר"י לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן שליט"א און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות, רבינו שליט"א האט ממנה געווען הרב הגאון ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה אלץ דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שכונת זרע קודש, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב שכונת דברי חיים, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר און פילע תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די פילע פעולות פון די וועד הרחבת גבולי העיר אין אלע שכונות אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, פאר הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א און פאר די תושבי ועסקני השכונה וגבאי הביהמ"ד, און משמיע געווען קורצע דב"ק און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תושבי השכונה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די עסקני וגבאי הביהמ"ד זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק אדמו''ר מסערדאהעלי שליט''א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ג מרחשון תשפ"ה11/24/2024

מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים הכנסת ספר תורה נעכטן מוצש''ק אריינגעגעבן געווארן דורך הרה''ח ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17
מעמד התמנות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר הרב הגאון ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה אלץ דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שכונת זרע קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ב מרחשון תשפ"ה11/23/2024

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין שטוב פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים, לרגל שמחת סיום הש"ס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' ווי צענדליגער בחורים מתלמידי ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' האבן זיך פארהערט בע''פ אויף פולע מס' הש''ס, פארגאנגענעם דאנערשטאג אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"א מרחשון תשפ"ה11/22/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב משה שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 3:45 איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק ז"ל אבד"ק סאמבור.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 11:30 אויפדערנאכט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי צענדליגער בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארה"ק און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז צוריק ארויף ממשיך זיין די זמני כניסה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אלי' גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
ביים אנקומען ארום 12:35 האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט בסיפורי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג