בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שבת קודשכ' כסלו תשפ"ה12/21/2024

ווידיאו
בך בטחו אבתינו בטחו ותפלטמו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בך בטחו אבותינו

מוצש''ק כ''א כסלו אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום צענטראלן מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבער.
3518887117

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבבות אלפי אנ''ש פילן שוין איבער דעם גיגאנטישער בנין ההודאה צום צענטראלן מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מוצש''ק כ''א כסלו תשפ''ה: אום 10:00 אזייגער וועט כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צום צענטראלן מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ט כסלו תשפ"ה12/20/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע בר"י שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן אור אייניקל הב' הבר מצוה מאיר ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט אנגעטוהן די תפילין און דערנאך ארויפגעדרייט די רציעות אויף די פינגערס.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל הנחת תפילין בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז מצות תפילין איז מעורר די שם שד"י וואס ברענגט אז מען זאל קענען זאגן 'די' פאר תאוות עולם הזה, און דעמאלטס איז 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און ארויסגעברענגט בשבח והודיה צו הקב"ה אז מען מאכט שוין בר מצוה אור אייניקלעך, און ממשיך געווען מיט דברי שבח צו הקב"ה אויף די גרויסע נסים וואס האט פאסירט מיט אן אור אייניקל די וואך וועלכע איז געשעדיגט געווארן אין א עקסידענט און בחסדי השם אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו היושב ע"פ אמו ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו.
- ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יוסף בנימין אליעזר שטערן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' הבר מצוה מאיר ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.

ביים אנקומען אין ב"פ איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר קרן מלמדים, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייט פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

נאך מעריב ארום 9:45 איז דער רבי אריבער באולם סקווירא צום שמחת הבר מצוה. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה. במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הר"ר חיים הערש שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור. נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור אריבער געבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים אביש לאקס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. אויך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון די 'מקדשי תיראו' קאמפיין ווי פילע תלמידי הישיבה האבן זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, מען האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון די בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה לייב עלענבויגן הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גרינהויט הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו - הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30.

נאך מעריב ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד ישמח משה צו די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, עס האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי''ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט האברך ר' אברהם מערץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט בדחנות און חרוזים לכבוד די שמחה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג