כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלערנען די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתוך' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, היינט מיטאג בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי כתיבת האותיות בעת די זמני כניסה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת הבר מצוה פון בן המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בביתו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ז אדר תשפ"ה3/17/2025
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין וומסב''ג ביי הר"ר יצחק מאטצען שליט"א ובניו החשובים היושבים ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין וומסב''ג ביי הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו ובניו און הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו היושבים ע"פ בתו /אחותיהם / אשתו ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 25
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד שושן פורים אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילד
בית מדרשינו הגדול והחדש אין לינדען ריקט זיך פאראויס ב"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגט"ז אדר תשפ"ה3/16/2025
באריכט
אין א שריט פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט האט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, זיך צו באדאנקען פאר די מסירת נפש'דיגע שריט און דרייסטע החלטה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א נישט ממשיך צו זיין מיט'ן אויפבויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
גאנץ כלל ישראל רוישט, יעדער שטייט נאך איבעראשט פון די אויסטערלישע מסירת נפש'דיגע שריט למען השלום והאחדות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך צוריקגעצויגן פון ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל, אויף די פערזענליכע ווענדונג פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מרא דאתרא קדישא צום וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז למען עתיד עיר קרית יואל זאל מען זיך מושך זיין דערפון און נישט ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
אלס הכרת הטוב פאר אזא קריטישע שריט וואס כל העתיד של עיר הקודש קרית יואל איז תלוי בזה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געשיקט בנו הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א זיך פערזענליך צו באדאנקען בשליחותו אויף די שריט וואס וועט ראטעווען עתיד קרית יואל ס'זאל בלייבן הייליג און אפגעזונדערט כרצון המייסד רביה"ק זיע"א.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען צום שטוב פון וויזניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון נכבדי וחשובי קהלתינו הק', ובתוכם די רבנים החשובים הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און די ראשי הקהלה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
דער וויזניצער רבי שליט"א האט מיט א הארת פנים ספעציעל שיין אויפגענומען דעם רב שליט"א און די מכובדיגע דעלעגאציע, דערנאך נאך א לענגערע שמועס במנהגי היום פון שושן פורים המשולש האט דער רב שליט"א געזאגט פאר'ן וויזניצער רבי'ן שליט"א, איך קום בשליחות פון טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געוועהן קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל, ס'איז מיר געוועהן שווער דאס אוועקגיין הן צוליב די מאנגל פון דירות דאהי דער ציבור דארף דאך האבן ווי צו וואוינען, און אויך צוליב די שמירת עינים אין שטאט. אבער האט דער וויזניצער רבי אויסגעפירט לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען טרעפן א בעסערע פלאץ, צילייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז"ל האט געזאגט ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים.
דערויף האט דער רב שליט"א געזאגט אז דערפאר טאקע וויבאלד ס'איז אזוי שווער האט דער טאטע אזא גרויסע הכרת הטוב און ער איז יעצט געקומען זיך באדאנקען פאר'ן אפטרעטן למען כבוד המייסד רביה"ק זיע"א.
דערנאך האט דער רב שליט"א נאכגעזאגט א טרעפליך ווארט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס ער האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס ווען ס'איז איש על מחניהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט אין זיין מקום.
נאכן מכבד זיין מיט כיבוד און וואנטשן לחיים כנהוג, האט דער וויזניצער רבי שליט"א געשיקט מיטן רב שליט"א א פריסת שלום פאר מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די חשוב'ע דעלעגאציע בידידות רב, ונפרדו בשלום.
יעצט אהנקומענדיג צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין וומסב"ג, האט דער רב שליט"א תיכף איבערגעגעבן דעם פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סעודה לגומרה של תורה נאכן מעמד הכנס"ת אין די זאלן פון גינת קליין.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די ריקודי קודש אין ביהמ"ד אבני צדק ביים שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורכן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א לרגל שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן אין ביהמ"ד אבני צדק, און דערנאך ביים ארויספירן די ספר תורה לרחובה של עיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א קומט יעצט אריין צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים בהיכל בית המדרש הגדול אין וומסב''ג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד שושן פורים מוצש"ק כי תשא - פורים המשולש בהיכל בית המדרש הגדול קרית יואל יצ''ו.
אין א היסטארישע שריט פון אחדות און כבוד התורה האבן די ראשי קהילה פון ק"ק וויזניץ וומסב''ג היינט אויפדערנאכט אריבער געשיקט א שליחות צו כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א און געמאלדן די העראישע און מסירת נפש'דיגע באשלוס בפקודת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שלט"א אפצוטרעטן פון זייער געפלאנטע ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת
די באשלוס איז געקומען נאך די דירעקטע בקשה פון דער מרא דאתרא כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו משמרת הקודש צו האלטן דעם עינא ּפקיחא אז קרית יואל זאל בלייבן ארגינעל ווי עס איז נתייסד געווארן, און האט זיך געוואנדן מיט א פרעזענליכע שליחות קודש צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א אז למען עתיד פון קרית יואל זאל מען נישט ממשיך זיין מיט די ּפלענער און אויפבויען דעם וויזשניצער ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת.
חסידי סאטמאר אלוועלטליך און תושבי קרית יואל בפרט באגריסן די מסירת נפש'דיגע שריט פון די הייליגע וויזניצער קהילה וואס איז גרייט געווען אפצוטרעטן, טראץ די ריזיגע געלטער און כוחות וואס זיי האבן שוין אינוועסטירט במשך די לעצטערע יארן אין דעם פראיעקט אין די ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו אין קרית יואל המורחבת, און טרעטן אפ אלעס כדי צו העלפן באשיצן און ראטעווען דעם עתיד פונעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ''ו וואס איז געגרונדעט געווארן בדם לבבו דורך רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אז עס זאל זיין אן אפגעזונדערטע ווינקל בלויז פאר זיינע תלמידים וואס זענען הולכים לאורו, און פירן זיך לויט די יסודות און מסורות וואס ער האט אוועקגעשטעלט, על פי דרכי התורה וכמסורת בית אבותיו הק'.
די יעצטיגע 160 דירות וואס וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע חדשים וועלן אריבערגיין צו סאטמארע דעוועלאפערס, וואס וועלן דאס פארקויפן פאר תלמידי וחסידי רבינו און פירן זיך עפ''י הוראות רביה''ק מייסד העיר זיע''א. די אלע איבריגע שטחים וועלען פארקויפט ווערן נאך די טעג פון פורים הבעל''ט.
דער מייסד העיר רביה''ק זיע''א דער מרא דאתרא פון קרית יואל וועט זיכער דאנקבאר זיין פאר די הייליגע וויזניצער קהילה פאר'ן העלפן באשיצן זיין ירושה די הייליגע שטאט קרית יואל, אויף וועלכע רביה''ק זיע''א האט זיך אויסגעדרוקט ''ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט'', און וועט אין די יעצטיגע גרויסע טעג פון די ימי הפורים, זיכער משפיע זיין משמי מעל השפעות טובות פאר די גאנצע וויזניצער קהילה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים שחי', ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וומסב''ג שליט"א.
דער קידוש השם איז גאר גרויס ווען מען זעהט דעם האמת והשלום אהבו. קרית יואל בלייבט קרית יואל!! בכחו וזכותו של אותו זקן.