בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי"א ניסן תשפ"ה4/9/2025

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון די PNG אינשורענס פירמע אין וומסב''ג, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל יודא פאוועל הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי' ניסן תשפ"ה4/8/2025

בילד
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט' ניסן תשפ"ה4/7/2025

בילדער · 5
הרה''ג ר' מרדכי ווידער שליט"א יו"ר חבורת 'משכינו' העולמי אינאיינעם מיט די ראשי חבורת 'להעלות' דקהלתינו הק' בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאכן ברית מילה לנכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, היינט נאך שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' ניסן תשפ"ה4/6/2025

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בבית הרה''ח ר' שאול פר''מ הי''ו ווי ער האט געגעבן א סכום נכבד און אפגעקויפט דעם זכות היכל ביהמ"ד בבנין בית מדרשינו דברי יואל אין בארא פארק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגו' ניסן תשפ"ה4/4/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם געלב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' שלמה לאנדא הי"ו.
- ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה וואס הקב"ה האט פון א דאווענען פון תשב"ר, און געזאגט אזוי ווי מען זעט ביי מצות אז עס דארף זיין שמירה א גאנצן צייט, דארף מען וויסן אז צו זיין א ערליכע איד דארף מען זיין אפגעהיטן ביי אלע מצות און מען קען נישט זאגן אז די מצוה יא און די מצוה נישט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.

אין די מיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג אויף שב"ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בראך הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' ח''א סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר משה הערש סופר הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל קעסטנבוים הי"ו.
- ב"ר יעקב יודא ווייס הי"ו.

דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ע''ה, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר''ר יואל שפיצער שליט''א - מנהל כתה ט', ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה דער מנהל הר"ר יואל שליט"א, פאר די בר מצוה בחורים, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה פון די ווארימע דאווענען אינאיינעם מיט די בחורים, פסח דארף מען מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים אריינצוגעבן פאר די קינדער אז זיי זאלן עס קענען ווייטער איבערגעבן, און געזאגט אז מען דארף אזוי מקיים זיין יעדע מצוה מיט אזא התלהבות אז עס זאל אריבערגיין צו די קינדער, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם בנין הביהמ"ד וואס איז געבויעט געווארן אינעם בית השחיטה קאמפלעקס מיט אלע צוגעהערן פארן געברויך פון די שוחטים, בודקים און ארבעטערס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הרה"ג ר' משה גדלי' שוואב ז"ל ר"י דגל התורה, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיינע פילע פעולות לטובת הצלת החינוך בניו יארק און געוואונטשן ברכת תנחומין.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
- הר"ר יצחק יחיאל פאנעט שליט"א - הרה"ח ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

אין די שפעטע נאכט שעות בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. האט דער רבי מסדר געווען דעם צווייטן חלק פון די רשומות פונעם חלוקת קמחא דפסחא וואס ווערט אפגעשיקט פאר עניי ארץ ישראל חברי קהלותינו הק' ברחבי ארה"ק לקראת חג הפסח הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזדנער ע"ה, פארנט פון ביהמ"ד הגדול.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הפסח הבעל"ט און בפרט שאלות וואס מאכן זיך שבת ערב פסח.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א .

נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שלום שאפפער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יצחק וואלף מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה וויינשטאק הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א.
- ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די מצה בעקעריי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן נייעם אויווען וועלכע איז געקויפט געווארן פארן באנוץ פונעם מצות באקן ערב פסח ברוב עם בהיכל המתיבתא בראשות רבינו שליט"א, דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:30 איז דער רבי צום ערשט אריבער בבית מדרשינו בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד ווי עס איז פארגעקומען א סיום אויף הלכות טהרה דורך לומדי כוללינו וומסב''ג סניף קעסקעיד אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם היכל לב אהרן וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן אין ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה פאר די לומדי הכולל און מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הבר מצוה פון הב' בן הרב יהודא יודקובסקי שליט''א בן הרה''צ האדמו"ר רבי אליעזר יהושע שליט''א מסטוטשין וחתן הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה''ק קהלתינו הק' לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר האדמו"ר מסטוטשין שליט"א פארן ראה"ק הרה"ח ר' אשר זעליג הי"ו, און פארן בר מצוה בחור, און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות.

אויך איז אריין בקו''פ הר"ר יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו, דער רבי האט געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ ווי יאר יערליך א משלחת פונעם וועד מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים ווי זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם מפתח הכשרות, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת ביהמ"ד ברך משה אין ב"פ אין שפיץ פונעם רב הביהמ''ד הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א לרגל דאס שליסן די מקח פאר א גרויסן בנין וואס וועט בעז"ה איבערגעבויעט ווערן פאר א ביהמ"ד גדול ומפואר מיט אלע צוגעהערן, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב פרץ שטיינבערג שליט"א מרבני יאנג איזראעל אין קווינס וועלי, אינאיינעם מיט עסקנים פון די ארגאניזאציע 'נשמה', זיך מתייעץ זיין אויף פארשידענע פראבלעמען וואס פאסירט אין אידישע הייזער, דער רבי האט אויסגעהערט און געגעבן הדרכה אויף פארשידענע ענינים, און האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פון די חתנים נכדי הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו - בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גרענד טערעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים און זיידעס, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים ברית מילה לבן הנולד אצל הרה''ג ר' יואל שפיטצער שליט"א מנהל כתה ט' ח''א, היינט נאך תפילת שחרית בבנין הת"ת, און ביים מסיבת לחיים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויקרא שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים.

עם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 ויקרא חו''ל תשפ''ה7.3 MB

דאנערשטאגה' ניסן תשפ"ה4/3/2025

מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אויף א אסיפה בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הפסח הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הרב פרץ שטיינבערג שליט"א מרבני יאנג איזראעל אין קווינס וועלי, אינאיינעם מיט עסקנים פון די ארגאניזאציע 'נשמה', בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, דינסטאג נאכט בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךד' ניסן תשפ"ה4/2/2025

בילד
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון חתנים נכדי הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו - בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון גרענד טערעס אין ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה נעכטן אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין וומסב''ג, לרגל שמחת הבר מצוה פון הב' בן הרב יהודא יודקובסקי שליט''א בן הרה''צ ר' אליעזר יהושע שליט''א מסטיטשין וחתן הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה''ק קהלתינו הק' לאנדאן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום הלכות טהרה דורך כוללינו אין וומסב''ג סניף שכונת קעסקעיד, אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם היכל 'לב אהרן' בבית מדרשינו בנין געלבשטיין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג