בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגג' ניסן תשפ"ה4/1/2025

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די נייע אויווען וואס איז געקויפט געווארן פארן באנוץ פונעם מעמד 'מצות באקן' ערב פסח ברוב עם בראשות רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הגה''צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל האלענדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יקותיאל לוי מערץ הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד בר"א קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברי"ש ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שלמה יוסף שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ פרידריך הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אשר שלום בעק הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הצדיק רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פון אריבער א שעה צייט איבער אקטועלע שאלות העומדים על הפרק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויקרא ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א בבנין הת"ת 'בנין מארקאוויטש'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברי"ח גרינוואלד הי"ו.
- ב"ר אהרן סטאריק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז אברהם אבינו האט אריינגעברענגט א כח פון מסירות נפש אין גאנץ כלל ישראל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וועלכע זיצן נאך אין ישיבה אין חודש ניסן וואס איז אויך א בחינה פון מסירת נפש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.

דערנאך איז דער רבי אראפ צו די ספעציעלע מסגרת שע"י מוסדות קרית יואל, און אריין אין אלע כתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים א לענגערע צייט.
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די תלמידי כתות א' ב' סניף הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח.

פון דארט איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די מצות וואס זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו - הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם משה ווייס הי"ו - הרה"ח ר' ראובן מיכאל כבודי הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען דער 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות' ווי עס איז פארטיילט געווארן א ריזן סכום פון אריבער א מיליאן דאלער פאר פילע רבני ולומדי הכוללים דקהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף פילע מקצועות התורה, נדבת הרה"ח ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים, דיינים, וראשי הכוללים, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר אפאר מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן חשוב'ן נדבן, און משמיע געווען דב"ק און מאריך געווען בשבח פונעם נדבן וועלכע לאזט זיך קאסטן אזעלכע גרויסע סכומים פאר די לומדי תורה און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז דעק גאנצער ציבור אריבער ווי דער רבי האט פארטיילט דעם סכום פון זעקס טויזענט דאלער פאר יעדן פון די לומדי הכוללים. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 9:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' מרדכי ווידער שליט"א יו"ר חבורת 'משכינו' העולמי אינאיינעם מיט די ראשי חבורת 'להעלות' דקהלתינו הק', מען האט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די חבורה און די פלענער פון די חבורה במשך די יעצטיגע ימי בין הזמנים פאר די בחורי חמד דקהלתינו הק' און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענונג פונעם נייעם מצה בעקערי וואס מען וועט ניצן בעז"ה דעם ערב פסח הבעל"ט אינעם בנין הביהמ"ד הגדול אין מאנסי, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי"ו.
- הרה''ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות' פאר פילע רבני ולומדי כוללינו פון איבער דער גארער וועלט נדבת הרבני הנגיד ר' יוסף בראך הי"ו, פארגעקומען נעכטן פארנאכטס בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגב' ניסן תשפ"ה3/31/2025

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים אין די ספעציעלע מסגרת שע"י מוסדות קרית יואל יצ''ו, און ביים ווערן אפגעווארט דורך די קלענערע כתות בבנין הת"ת בנין מארקאוויטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי אין קרית יואל, און דערביי זיך אומגעקוקט אויף די מצות וואס איז געבאקן געווארן פארן רבינ'ס משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית והלל ומסיבת לחיים היינט ר''ח ניסן בהיכל ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגא' ניסן תשפ"ה3/30/2025

באריכט
שב''ק פרשת פקודי שבת החודש מברכים חודש ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.
- החתן יצחק יחיאל ב"ר שמואל שטערן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, בשם הנהלת המוסדות לאור די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין דורך מוסדותינו קרית יואל יצ''ו.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יהושע צבי יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בני ברק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30. דער ציבור אריבער איז זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג יצחק אהרן גרין שליט"א, און מיט די געסט רבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק און כולל עצי חיים אין בני ברק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים ורבני קהלתינו הק'.

דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה כדרכו בקודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט אז כדאי צוצוקומען צו תורה ותפילה כדבעי דארף מען נזהר זיין מיט טבילה במקוה יעדן טאג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הר"ר אשר רובין שליט"א מטאמשוב ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ה' ניסן.

קה רבון עלם: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו בני ברק. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א מו"ץ בהעדה החרדית ובקהלתינו הק' ירושלים. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א. צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען. מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון דוב בראנדסדארפער שליט"א מראשי כוללינו בירושלים ורב דק''ק תולדות אברהם יצחק אין הר יונה.

עליות.
- כהן: הגה"צ אבד"ק ריסקעווע שליט"א - נאכן עולה זיין האט ער גומל געבענטשט און מוצא געווען אלע געסט פון ארה"ק.
- לוי: החתן יוסף אלי' ב"ר יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - באווארפען.
- שלישי: הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.
- רביעי: החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אייזיק ליפא ב"ר יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
- שישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- שביעי: החתן חיים משה בן הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - באווארפען.
- הוספות: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א מסאסוב.
- אחרון - חזק: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון תורתך שעשועי (וומסב''ג).
- הגבה: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א אדמו"ר מזידטשוב ירושלים.
- גלילה: הרה"ג ר' משה כהנא שליט"א מראשי כוללינו ירושלים.

מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט''א.
הגבה: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א.
גלילה: הרה"ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ירושלים.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' בנימין משה כהן הי"ו.
- ר' אלי' גאטליעב הי"ו.
- ר' אלי' הערשקאוויטש הי"ו.

עס זענען מכובד געווארן צו האלטן די ספר תורה. בשעת ליינען: הר''ר אביגדור יו''ט שישא שליט''א ראש החבורה בכוללינו בני ברק, בשעת ר''ח בענטשן: הרה''ג ר' שלמה באנעט שליט''א מו"ץ וראה''כ אין ירושלים.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות. און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת החודש, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ג ר' אהרן וועבער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:50.
- מנחה: הר"ר יואל היימליך שליט"א (בני ברק).
- הוצאה והכנסה: הר"ר עמרם ראטער שליט"א - ירושלים.
- כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א (בני ברק).
- לוי: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' מאנטרעאל.
- שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'החודש הזה לכם ראש חדשים' און געטייטשט אז דורך זיך פירן במידת האמת מדתו של יעקב קומט אריין אינעם מענטש א חיות דקדושה צו קענען נתקרב ווערן צום הייליגן באשעפער אפילו אויב מען איז שוין געווען נתרחק, דאס איז די מצוה פון ביעור חמץ וואס איז מרומז אויף שקר זיך מרחק זיין אינגאנצן פונעם שקר און עסן מצה וואס איז מרומז די אמת.

ידיד נפש: הר"ר זלמן לייב הירש שליט"א (ירושלים). קל מסתתר: הר"ר הערשל ברוין שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס געפאלט דאנערשטאג ה' ניסן. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

ארום 11:30 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב''ק והדרכה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 12:10 איז דער רבי אריבער צו די מלוה מלכה אראנדזשירט לכבוד רבני כוללנו אין בני ברק דורך הרה"ח ר' זלמן לייב סופר הי"ו חבר הנהלת כולל עצי חיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע הלכה'דיגע שמועס בעניני חודש ניסן וחג הפסח הבעל"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, מ'האט געענדיגט ארום 1 אזייגער, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ח אדר תשפ"ה3/28/2025

בילדער · 2
הר''ר ברוך פנחס שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה שליט"א פון מאנסי בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי ער האט דערביי איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע בלאזוב'ע הגדה וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן מיט די תורות פון זקיניו האדמורי"ם מבלאזוב זצ"ל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק פקודי 'בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר מענדל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר אהרן דוד נאה הי"ו.
- ב"ר חיים משה ברודא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע העשיל פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן מאנן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ברוך סימאן הי"ו.
- ב"ר דניאל מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, צום סוף האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט און מעורר געווען אלע בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים, און געזאגט פאר אלע אנ''ש אז מען האט געמאכט א סדר צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פונעם בני יששכר זיע''א וואס לייגט זייער שיין אראפ אלע מצות החג און עס איז כדאי עס אדורכצולערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

ארום 11:00 זענען אריין בקודש פנימה א געקליבענע צאל מרבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל עצי חיים אין בני ברק יצ''ו און כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים, צווישן אנדערע הגה"צ אבד"ק ריסקעווע און הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' אין בני ברק, און נאך חשובע מורי צדק בקהלתינו הק' אין בני ברק און ירושלים ת"ו, וועלכע זענען געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון רבינו שליט"א לקראת דעם מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות דעם זונטאג ויקרא בראשות רבינו שליט"א נדבת הרבני הנגיד ר' יוסף בראך הי"ו.
די חשובע געסט זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מכבד געווען די ראשי הכוללים שליט"א זיך אראפצוזעצן, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכה אין פארשידענע מקצועות התורה וואס מען לערנט אין די כוללים און במיוחד איבער פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך אום יו"ט פסח, ובפרט היי יאר וואס עס געפאלט שבת ערב פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך פנחס שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע בלאזוב'ע הגדה וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן מיט די תורות פון זקיניו האדמורי"ם מבלאזוב זצ"ל, דער רבי האט מעיין געווען און ארומגערעדט איבער הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

אין די שפעטע נאכט שעות בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. האט דער רבי מסדר געווען די ערשטע חלק פון די רשומות פונעם חלוקת קמחא דפסחא וואס ווערט אפגעשיקט פאר עניי ארץ ישראל חברי קהלותינו הק' ברחבי ארה"ק לקראת חג הפסח הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמואל פיש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל הורוויץ הי"ו.
- ב"ר חיים פריעדלענדער הי"ו.
- ב"ר יעקב יוחנן פליישמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יהושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דערביי האט ער אויסגעדריקט זיין התפעלות איבער די פילע חומרות והידורים אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' נאכן באקן היינט מצות אינעם בעקערי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז פארגעקומען בקו''פ א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א אלס רב דביהמ"ד קול אליהו אויף די קערעסטיר גאס אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א און הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער דעם כח הרבנות פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און בפרט אין שטאט סאטמאר און אין פאפא, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נייעם רב הביהמ"ד, די רבנים שליט"א, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן שליט"א - הר"ר יום טוב לעווי שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:45 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:25.

ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה ובפלפולי דאורייתא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע ביי נכד רבינו הילד בן הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פונפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יצחק אהרן האללענדער הי"ו - הרה"ח ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
רבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל עצי חיים אין בני ברק יצ''ו און כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים, וועלכע זענען געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א לקראת דעם מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות דעם זונטאג ויקרא בראשית רבינו שליט"א נדבת הרבני הנגיד ר' יוסף בראך הי"ו, ביים שלום נעמען פון רבינו שליט"א נעכטן בעת די זמני כניסה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ז אדר תשפ"ה3/27/2025

מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת פקודי-החודש שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
צער בעלי חיים דאורייתא (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
מעמד התמנות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר נכד רבינו הר"ר חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א פאר רב דביהמ"ד קול אליהו אין קרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג